Page 64 - Dvorim
P. 64

‫דברים‬

‫‪ 45‬און אַלע די דאָזיקע קללות װעלן קומען אױף דיר‪ ,‬און װעלן דיך‬
‫נאָכיאָגן און דיך דערגר ַײכן‪ ,‬ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן‪ ,‬װ ַײל דו‬
‫האָסט ניט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬צו היטן ז ַײנע‬
‫געבאָט און ז ַײנע געזעצן װאָס ער האָט דיר געבאָטן‪ 46 .‬און זײ װעלן‬
‫ז ַײן פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ װוּנדער אױף דיר און אױף ד ַײן זאָמען‬
‫ביז אײביק‪ 47 .‬דערפֿאַר װאָס דו האָסט ניט געדינט יהוה ד ַײן גאָט‬
‫מיט שׂמחה‪ ,‬און מיט אַ פֿרײלעכן האַרצן‪ ,‬אין אַ ֶשפֿע פֿון אַלץ‪,‬‬
‫‪ 48‬װעסטו דינען ד ַײן פֿ ַײנט‪ ,‬װאָס גאָט װעט אים אָנשיקן אױף דיר‪,‬‬
‫אין הונגער‪ ,‬און אין דאָרשטיקײט‪ ,‬און אין נאַקעטקײט‪ ,‬און אין‬
‫מינערונג פֿון אַלץ; און ער װעט אַרױטאָן אַן א ַײזערנעם יאָך אױף‬

                             ‫ד ַײן האַלדז‪ ,‬ביז ער װעט דיך פֿאַרטיליקן‪.‬‬

‫‪ 49‬גאָט װעט אָנטראָגן אױף דיר אַ פֿאָלק פֿון דער װ ַײטן‪ ,‬פֿון עק ערד‪,‬‬
‫אַזױ װי עס קומט צו שװעבן אַן אָדלער‪ ,‬אַ פֿאָלק װאָס דו װעסט ניט‬
‫פֿאַרשטײן ז ַײן לשון; ‪ 50‬אַ פֿאָלק מיט אַ פֿאַרש ַײטן פּנים‪ ,‬װאָס װעט‬
‫ניט שױנען דעם פּנים פֿון אַ זקן‪ ,‬און אַ יונגן װעט ער ניט‬
‫ל ַײטזעליקן‪ 51 .‬און ער װעט אױפֿעסן די פֿרוכט פֿון ד ַײן בהמה‪ ,‬און‬
‫די פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד‪ ,‬ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן; װאָס װעט‬
‫דיר ניט איבערלאָזן קײן תּבֿואה‪ ,‬קײן װ ַײן‪ ,‬און קײן אײל‪ ,‬קײן‬
‫געבורט פֿון ד ַײנע רינדער‪ ,‬און קײן פֿרוכטפּערונג פֿון ד ַײנע שאַף‪ ,‬ביז‬
‫ער װעט דיך אונטערברענגען‪ 52 .‬און ער װעט דיך באַלעגערן אין‬
‫אַלע ד ַײנע טױערן‪ ,‬ביז עס װעלן נידערן ד ַײנע הױכע און פֿעסטע‬
‫מױערן‪ ,‬װאָס דו האָסט זיך אױף זײ פֿאַרזיכערט‪ ,‬אין ד ַײן גאַנצן‬
‫לאַנד; יאָ‪ ,‬ער װעט דיך באַלעגערן אין אַלע ד ַײנע טױערן‪ ,‬אין ד ַײן‬
‫גאַנצן לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר געגעבן‪ 53 .‬און װעסט עסן‬
‫די פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב‪ ,‬דאָס פֿלײש פֿון ד ַײנע זין און ד ַײנע טעכטער‬
‫װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר געגעבן‪ ,‬אין דער באַלעגערונג‪ ,‬און אין‬
‫דער דריקונג װאָס ד ַײן פֿ ַײנט װעט דיך דריקן‪ 54 .‬דער אײדעלער‬
‫מענטש צװישן דיר און דער זײער פֿאַרצערטלטער‪ ,‬ז ַײן אױג װעט ז ַײן‬
‫שלעכט צו ז ַײן ברודער‪ ,‬און צו דער װ ַײב פֿון ז ַײן בוזעם‪ ,‬און צו די‬
‫איבעריקע קינדער װאָס ער װעט איבערלאָזן‪ 55 ,‬צו געבן אײנעם פֿון‬
‫זײ פֿון דעם פֿלײש פֿון ז ַײנע קינדער װאָס ער װעט עסן‪ ,‬װ ַײל‬
‫גאָרנישט װעט אים ז ַײן געבליבן אין דער באַלעגערונג‪ ,‬און אין דער‬
‫דריקונג װאָס ד ַײן פֿ ַײנט װעט דיך דריקן אין אַלע ד ַײנע טױערן‪ 56 .‬די‬
‫אײדעלע צװישן דיר און די פֿאַרצערטלטע‪ ,‬װאָס האָט קײן מאָל ניט‬
‫געפּרוּװט שטעלן איר פֿוסטריט אױף דער ערד‪ ,‬פֿון פֿאַרצערטלטקײט‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69