Page 69 - Dvorim
P. 69

‫דברים‬

‫זעל‪ ,‬כּדי זאָלסט לעבן‪ 7 .‬און יהוה ד ַײן גאָט װעט געבן אַלע די‬
‫דאָזיקע קללות אױף ד ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬און אױף ד ַײנע ָשׂונאים װאָס האָבן‬
‫דיך געיאָגט‪ 8 .‬און דו װעסט זיך אומקערן‪ ,‬און צוהערן צו דעם ָקול‬
‫פֿון גאָט‪ ,‬און טאָן אַלע ז ַײנע געבאָט װאָס איך געביט דיר ה ַײנט‪9 .‬‬
‫און יהוה ד ַײן גאָט װעט דיר געבן אַ ֶשפֿע אין יעטװעדער טוּונג פֿון‬
‫ד ַײן האַנט‪ ,‬אין דער פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב‪ ,‬אין דער פֿרוכט פֿון ד ַײן‬
‫בהמה‪ ,‬און אין דער פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד צום גוטן; װאָרום גאָט װעט‬
‫זיך װידער פֿרײען מיט דיר צום גוטן‪ ,‬אַזױ װי ער האָט זיך געפֿרײט‬
‫מיט ד ַײנע עלטערן; ‪ 10‬אַז דו װעסט צוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה‬
‫ד ַײן גאָט‪ ,‬צו היטן ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע געזעצן װאָס שטײען‬
‫געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּוֹרה; אַז דו װעסט זיך‬
‫אומקערן צו יהוה ד ַײן גאָט מיט ד ַײן גאַנצן האַרצן‪ ,‬און מיט ד ַײן‬
‫גאַנצער זעל‪ 11 .‬װאָרום דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר‬
‫ה ַײנט‪ ,‬דאָס איז ניט פֿאַרהױלן פֿון דיר‪ ,‬און דאָס איז ניט צו װ ַײט‪.‬‬
‫‪ 12‬ניט אױפֿן הימל איז דאָס‪ ,‬אַז דו זאָלסט זאָגן‪ :‬װער װעט אונדז‬
‫אַרױפֿגײן אױפֿן הימל און עס נעמען פֿאַר אונדז‪ ,‬און עס אונדז לאָזן‬
‫הערן‪ ,‬כּדי מיר זאָלן עס טאָן? ‪ 13‬און ניט פֿון יענער ז ַײט ים איז‬
‫דאָס‪ ,‬אַז דו זאָלסט זאָגן‪ :‬װער װעט אונדז אַריבערגײן אױף יענער‬
‫ז ַײט ים‪ ,‬און עס נעמען פֿאַר אונדז‪ ,‬און דאָס אונדז לאָזן הערן‪ ,‬כּדי‬
‫מיר זאָלן עס טאָן? ‪ 14‬נ ַײערט זײער נאָנט איז דאָס װאָרט צו דיר‪,‬‬

                        ‫אין ד ַײן מױל‪ ,‬און אין ד ַײן האַרצן‪ ,‬עס צו טאָן‪.‬‬

‫‪ 15‬זע‪ ,‬איך האָב ה ַײנט געלײגט פֿאַר דיר לעבן און גוטס‪ ,‬און טױט‬
‫און שלעכטס‪ 16 ,‬װאָס איך באַפֿעל דיר ה ַײנט ליב צו האָבן יהוה ד ַײן‬
‫גאָט‪ ,‬צו גײן אין ז ַײנע װעגן‪ ,‬און צו היטן ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע‬
‫חוקים און ז ַײנע געזעצן‪ ,‬כּדי זאָלסט לעבן און זיך מערן‪ ,‬און יהוה‬
‫ד ַײן גאָט זאָל דיך בענטשן אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין‪ ,‬עס‬
‫צו אַרבן‪ 17 .‬אָבער אַז ד ַײן האַרץ װעט זיך אָפּקערן‪ ,‬און װעסט ניט‬
‫צוהערן‪ ,‬און װעסט אַראָפּגעפֿירט װערן‪ ,‬און װעסט זיך בוקן צו‬
‫פֿרעמדע געטער‪ ,‬און זײ דינען‪ 18 ,‬זאָג איך א ַײך ה ַײנט אָן‪ ,‬אַז‬
‫אונטערגײן װעט איר אונטערגײן; איר װעט ניט ַמ ֲאריך‪ָ-‬ימים ז ַײן‬
‫אױף דער ערד װאָס דו גײסט אַריבער דעם ַירדן צו קומען אַהין‪ ,‬זי‬
‫צו ארבן‪ 19 .‬איך מאַך ה ַײנט עדות אַקעגן א ַײך הימל און ערד‪ :‬לעבן‬
‫און טױט האָב איך געלײגט פֿאַר א ַײך‪ ,‬אַ ברכה און אַ קללה‪ ,‬דרום‬
‫זאָלסטו אױסװײלן דאָס לעבן‪ ,‬כּדי זאָלסט לעבן‪ ,‬דו און ד ַײן זאָמען;‬
‫‪ 20‬ליב צו האָבן יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬צוצוהערן צו ז ַײן ָקול‪ ,‬און זיך צו‬
   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74