Page 74 - Dvorim
P. 74

‫דברים‬

          ‫‪ 13‬ער האָט אים געזעצט אױף די הײכן פֿון דער ערד‪,‬‬
                     ‫און ער האָט געגעסן די פֿרוכטן פֿון פֿעלד;‬

              ‫און ער האָט אים געמאַכט זױגן האָניק פֿון פֿעלז‪,‬‬
                                        ‫און אײל פֿון קיזלשטײן;‬

                     ‫‪ 14‬שמאַנט פֿון רינדער‪ ,‬און מילך פֿון שאָף‪,‬‬
                                         ‫מיט פֿעטס פֿון לעמער‪,‬‬

                                 ‫און װידערס פֿון ב ָשן און בעק‪,‬‬
                                        ‫מיט נירנפֿעטס פֿון װײץ;‬

                  ‫און פֿון טרױבנבלוט טרינקסטו שױמיקן װ ַײן‪.‬‬

        ‫‪ 15‬און ישורון איז פֿעט געװאָרן און האָט געבריקעט –‬
                    ‫ביסט פֿעט‪ ,‬ביסט דיק‪ ,‬ביסט גראָב געװאָרן;‬

         ‫און ער האָט פֿאַרלאָזט גאָט װאָס האָט אים באַשאַפֿן‪,‬‬
                         ‫און געשענדט דעם פֿעלז פֿון ז ַײן הילף‪.‬‬

               ‫‪ 16‬זײ האָבן אים דערצערנט מיט פֿרעמדגעטער‪,‬‬
                         ‫מיט אומװערדיקײטן אים דערבײזערט‪.‬‬

                  ‫‪ 17‬זײ האָבן געשלאַכט צו שדים‪ ,‬אומגעטער‪,‬‬
                         ‫געטער װאָס זײ האָבן זײ ניט געקענט‪,‬‬
                                      ‫נ ַײע אָקאָרשט געקומענע‪,‬‬

        ‫װאָס א ַײערע עלטערן האָבן זיך פֿאַר זײ ניט געפֿאָרכט‪.‬‬
 ‫‪ 18‬אָן דעם פֿעלז װאָס האָט דיך געבאָרן האָסטו ניט געדאַכט‪,‬‬

                ‫און פֿאַרגעסן דעם גאָט װאָס האָט דיך געהאַט‪.‬‬

                    ‫‪ 19‬און יהוה האָט געזען און האָט פֿאַראַכט‪,‬‬
     ‫איבער דער דערצערענונג פֿון ז ַײנע זין און ז ַײנע טעכטער‪.‬‬
‫‪ 20‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬איך װעל פֿאַרבאָרגן מ ַײן פּנים פֿון זײ‪.‬‬

                         ‫איך װעל זען װאָס װעט ז ַײן זײער ָסוף;‬
                          ‫װאָרום אַ פֿאַרקערטער ָדור ז ַײנען זײ‪,‬‬

                                  ‫קינדער אָן טר ַײשאַפֿט אין זײ‪.‬‬
                  ‫‪ 21‬זײ האָבן מיך דערצערנט מיט אַן אומגאָט‪,‬‬

                      ‫מיך דערבײזערט מיט זײערע נישטיקײטן‪,‬‬
              ‫און איך װעל זײ דערצערענען מיט אַן אומפֿאָלק‪,‬‬
               ‫מיט אַ געמ ַײנער אומה װעל איך זײ דערבײזערן‪.‬‬
               ‫‪ 22‬װאָרום אַ פֿ ַײער איז אָנגעצונדן אין מ ַײן נאָז‪,‬‬

                    ‫און עס ברענט ביז דער טיפֿער אונטערערד‪,‬‬
   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79