Page 75 - Dvorim
P. 75
דברים
און פֿאַרצערט די ערד מיט איר געװעקס,
און צעפֿלאַמט די גרונטפֿעסטן פֿון די בערג.
23איך װעל אױסלאָזן אױף זײ בײזן,
איך װעל מ ַײנע פֿ ַײלן פֿאַרלענדן אױף זײ:
24דאַרונג פֿון הונגער ,און צערונג פֿון היץ,
און ביטערע פּעסט;
און דעם צאָן פֿון חיות װעל איך שיקן אױף זײ:
25מיט גיפֿט פֿון די שטױבקריכערס.
דרױסן װעט אַװעקנעמען די שװערד,
און אין די קאַמערן די אימה;
אי דעם בחור אי די מײדל,
דעם זױגעדיקן מיטן גר ַײזגראָען מאַן.
26איך װאָלט געזאָגט :איך װעל זײ פֿאַרלענדן,
איך װעל פֿאַרטיליקן פֿון מענטשן זײער ֵזכר;
27װען איך פֿאָרכט ניט דעם שׂוֹנאס דערצערענונג,
זײערע פֿ ַײנט זאָלן ניט אױסלײגן פֿאַלש;
ניט זאָגן :אונדזער האַנט איז דערהױבן,
און ניט יהוה האָט דאָס אַלצדינג געטאָן.
28װאָרום אַ פֿאָלק אָן באַראָט ז ַײנען זײ,
און ניטאָ קײן פֿאַרשטאַנדיקײט אין זײ.
29אַז זײ װאָלטן קלוג געװען ,װאָלטן זײ דאָס באַטראַכט,
זײ װאָלטן באַקלערט זײער ָסוף:
30װי קען אײנער יאָגן טױזנט,
און צװײ פֿאַרטר ַײבן צען טױזנט,
װען ניט זײער פֿעלז האָט זײ איבערגעגעבן,
און יהוה האָט זײ איבערגעענטפֿערט?
31װאָרום ניט װי אונדזער פֿעלז איז זײער פֿעלז;
און מעגן אונדזערע ָשׂונאים אַנטשײדן.
32װאָרום פֿון װ ַײנשטאָק פֿון סדוֹם איז זײער װ ַײנשטאָק,
און פֿון די פֿעלדער פֿון ַעמוֹ ָרה;
זײערע טרױבן ז ַײנען טרױבן פֿון גיפֿט,
33ביטערע הענגלעך ז ַײנען ב ַײ זײ.
סם פֿון שלאַנגען איז זײער װ ַײן,
און אומדערבאַרימדיק פּיפּערנאָטערגיפֿט.