Page 79 - Dvorim
P. 79

‫דברים‬

                          ‫‪ 12‬אױף בנימין האָט ער געזאָגט‪:‬‬
                                   ‫דער באַליבטער פֿון גאָט‬

                         ‫װעט רוען ב ַײ אים אין זיכערקײט;‬
                        ‫ער באַשירעמט אים אַ גאַנצן טאָג‪,‬‬
                   ‫און צװישן ז ַײנע אַקסלען טוט ער רוען‪.‬‬

                        ‫‪ 13‬און אױף יוֹסף האָט ער געזאָגט‪:‬‬
                    ‫געבענטשט פֿון גאָט זאָל ז ַײן לאַנד ז ַײן‪,‬‬

                        ‫מיטן ט ַײערסטן פֿון הימל‪ ,‬מיט טױ‪,‬‬
                      ‫און מיטן תּ ָהום װאָס הױערט אונטן;‬
                    ‫‪ 14‬און מיט ט ַײערסטע פֿרוכטן פֿון זון‪,‬‬
                    ‫און מיט ט ַײערסטן געװעקס פֿון לבֿנה;‬
                   ‫‪ 15‬און מיטן בעסטן פֿון די אַלטע בערג‪,‬‬
                 ‫און מיטן ט ַײערסטן פֿון די אײביקע הײכן;‬
    ‫‪ 16‬און מיטן ט ַײערסטן פֿון דער ערד און איר פֿולקײט‪,‬‬
     ‫און באַװיליקונג פֿון דעם װאָס האָט אין דאָרן גערוט‪.‬‬
                       ‫זאָל עס קומען אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹסף‪,‬‬
  ‫און אױפֿן שפּיץ קאָפּ פֿון דעם פֿירשט פֿון ז ַײנע ברידער‪.‬‬
         ‫‪ 17‬ז ַײן ערשטגעבאָרענער אָקס‪ ,‬ער האָט פּראַכט‪,‬‬
          ‫און הערנער פֿון אַ װיזלטיר ז ַײנען ז ַײנע הערנער;‬
                      ‫מיט זײ װעט ער שטױסן די פֿעלקער‪,‬‬

                        ‫די עקן פֿון דער ערד מיטאַנאַנדער;‬
                 ‫און דאָס ז ַײנען די צענטױזנטן פֿון אפֿרים‪,‬‬

                      ‫און דאָס ז ַײנען די טױזנטן פֿון מנשה‪.‬‬

                      ‫‪ 18‬און אױף זבֿולון האָט ער געזאָגט‪:‬‬
                        ‫פֿרײ זיך‪ ,‬זבֿולון‪ ,‬ב ַײ ד ַײן אַרױסגײן‪,‬‬
                           ‫און ִישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬אין ד ַײנע געצעלטן‪.‬‬

                  ‫‪ 19‬פֿעלקער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן באַרג‪,‬‬
‫דאָרט װעלן זײ שלאַכטן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט;‬

                   ‫װאָרום די ֶשפֿע פֿון ימען װעלן זײ זױגן‪,‬‬
                   ‫און די פֿאַרבאָרגענע אוֹצרות פֿון זאַמד‪.‬‬

                          ‫‪ 20‬און אױף ָגד האָט ער געזאָגט‪:‬‬
                     ‫געלױבט דער װאָס דערברײטערט ָגד!‬

                               ‫אַזױ װי אַ לײבינטע רוט ער‪,‬‬
   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84