Page 81 - Dvorim
P. 81
דברים
דעם שילד פֿון ד ַײן הילף,
און דעם װאָס איז די שװערד פֿון ד ַײן גרױסקײט!
און ד ַײנע פֿ ַײנט װעלן א ַײנגײן פֿאַר דיר,
און דו װעסט אױף זײערע הײכן טרעטן.
1און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ צום
באַרג נבֿוֹ ,אױפֿן שפּיץ פּסָגה װאָס אַקעגן יריחוֹ; און גאָטלד
האָט אים געװיזן דאָס גאַנצע לאַנד ִגל ָעד ביז ָדן; 2און גאַנץ נפֿתּלי,
און דאָס לאַנד אפֿרים און מנשה ,און דאָס גאַנצע לאַנד יהודה ביז
דעם הינטערשטן ים 3 .און דעם ָדרום ,און די ]ַירדן[-געגנט ,דעם
טאָל פֿון יריחוֹ ,דער שטאָט פֿון טײטלבײמער ,ביז צוֹ ַער 4 .און גאָט
האָט צו אים געזאָגט :דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן
צו אַבֿרהמען ,צו יצחקן ,און צו יעקבֿן ,אַזױ צו זאָגן :צו ד ַײן זאָמען
װעל איך עס געבן .איך האָב דיך געלאָזט זען מיט ד ַײנע אױגן ,אָבער
אַהין אַריבערקומען װעסטו ניט.
5און משה דער קנעכט פֿון גאָט איז דאָרטן געשטאָרבן ,אין לאַנד
מוֹאָבֿ ,לױט דעם מױל פֿון גאָט 6 .און מע האָט אים באַגראָבן אין
טאָל ,אין לאַנד מוֹאָבֿ ,אַקעגן בית-פּעוֹר; און קײן מענטש װײס ניט
ז ַײן קבֿר ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
7און משה איז געװען הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט ,װען ער איז
געשטאָרבן; ז ַײן אױג איז ניט געװען טונקל ,און ז ַײן פֿרישקײט איז
ניט אַװעק.
8און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן באַװײנט משהן אין די פּלױנען פֿון
מוֹאָבֿ דר ַײסיק טעג ,ביז די טעג פֿון טרױערגעװײן נאָך משהן האָבן
זיך געענדיקט.
9און יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון איז געװען פֿול מיט דעם ג ַײסט פֿון
חכמה ,װ ַײל משה האָט אָנגעלענט אױף אים ז ַײנע הענט; און די
קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך צוגעהערט צו אים ,און האָבן געטאָן
אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.