Page 77 - Dvorim
P. 77
דברים
44און משה איז געקומען און האָט גערעדט אַלע װערטער פֿון דעם
דאָזיקן געזאַנג אין די אױערן פֿון פֿאָלק ,ער און יהוֹשו ַע דער זון פֿון
נון 45 .און װי משה האָט געענדיקט רעדן אַלע די דאָזיקע װערטער
צו גאַנץ ישׂראל 46 ,האָט ער צו זײ געזאָגט :לײגט צו א ַײער האַרץ צו
אַלע װערטער װאָס איך זאָג א ַײך ה ַײנט אָן ,אַז איר זאָלט זײ באַפֿעלן
צו א ַײערע קינדער ,צו היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער
תּוֹרה 47 .װאָרום דאָס איז ניט אַ הױל גערײד פֿאַר א ַײך ,נ ַײערט דאָס
איז א ַײער לעבן ,און דורך דער דאָזיקער זאַך װעט איר ַמ ֲאריךָ-ימים
ז ַײן אױף דער ערד װאָס איר גײט אַהין אַריבער דעם ַירדן ,זי צו
אַרבן.
48און גאָט האָט גערעדט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג צו משהן,
אַזױ צו זאָגן 49 :גײ אַרױף צו דעם דאָזיקן באַרג ַעבֿרים ,דעם באַרג
נבֿוֹ װאָס אין לאַנד מוֹאָבֿ ,װאָס אַקעגן יריחוֹ ,און קוק אָן דאָס לאַנד
כַּנ ַען װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר אַן אײגנטום.
50און שטאַרב אױף דעם באַרג װאָס דו גײסט אַהין אַרױף ,און װער
א ַײנגעזאַמלט צו ד ַײן פֿאָלק ,אַזױ װי ד ַײן ברודער אַהרן איז
געשטאָרבן אױפֿן באַרג הוֹר ,און איז א ַײנגעזאַמלט געװאָרן צו ז ַײן
פֿאָלק 51 .פֿאַר װאָס איר האָט געפֿעלשט אָן מיר צװישן די קינדער
פֿון ישׂראל ,ב ַײם װאַסער פֿון מריבֿתָ -ק ֵדש ,אין מדבר ִצין ,פֿאַר װאָס
איר האָט מיך ניט געהײליקט צװישן די קינדער פֿון ישׂראל 52 .נאָר
פֿון דער װ ַײטן װעסטו זען דאָס לאַנד ,אָבער קומען אַהין װעסטו
ניט ,אין דעם לאַנד װאָס איך גיב צו די קינדער פֿון ישׂראל.
ְוזֹאת ַהב ָר ָכה
1און דאָס איז די ברכה װאָס משה דער געטלעכער מאַן האָט
געבענטשט די קינדער פֿון ישׂראל פֿאַר ז ַײן טױט .און ער האָטלג
געזאָגט:
2גאָט איז פֿון סיַני געקומען,
און אױפֿגעש ַײנט פֿון ֵשׂ ִעיר אױף זײ;
ער האָט אַרױסגעשראַלט פֿון באַרג פּאָ ָרן,
און געקומען פֿון די הײליקע צענטױזנטן,
אין ז ַײן רעכטער האַנט אַ פֿ ַײערדיק געזעץ פֿאַר זײ.
יאָ ,דו ליבהאָבער פֿון די שבֿטים,