Page 73 - Dvorim
P. 73
דברים
װי אַ גוסרעגן אױף גראָז
און װי שפּרײרעגן אױף קר ַײטעכץ.
3װאָרום דעם נאָמען פֿון יהוה װעל איך רופֿן;
גיט גרױסקײט צו אונדזער גאָט.
4דער פֿעלז – ז ַײן װערק איז גאַנץ,
װ ַײל אַלע ז ַײנע װעגן ז ַײנען רעכט;
אַ גאָט פֿון געטר ַײשאַפֿט ,און אָן אומרעכט,
גערעכט און רעכטפֿאַרטיק איז ער.
5איז פֿון אים די פֿאַרדאַרבונג? נײן!
ז ַײנע קינדער ,זײערס איז דער פֿעלער;
אַ קרומער און פֿאַרדרײטער ָדור.
6װילט איר אַזױ גאָט פֿאַרגעלטן,
געמײן און אומקלוג פֿאָלק?
איז ער ניט ד ַײן פֿאָטער װאָס האָט דיך געשאַפֿן?
ער – װאָס האָט דיך געמאַכט און געפֿורעמט?
7געדענק די טעג פֿון פֿאַרצ ַײטן,
באַטראַכט פֿון דוֹר-דוֹרות די יאָרן,
פֿרעג ד ַײן פֿאָטער ,ער זאָל דיר דערצײלן,
ד ַײנע זקנים ,זײ זאָלן דיר זאָגן.
8װען דער אױבערשטער האָט באַטײלט די אומות,
װען ער האָט צעשײדט די קינדער פֿון מענטשן,
האָט ער געשטעלט די געמאַרקן פֿון פֿעלקער,
9לױט דער צאָל פֿון די קינדער ישׂראלס.
װאָרום דער חלק פֿון גאָט איז ז ַײן פֿאָלק,
10יעקבֿ דער טײל פֿון ז ַײן נחלה.
ער האָט אים געפֿונען אין מדבר-לאַנד,
און אין װיסטן געװאָי פֿון דער װילדערניש,
אים אַרומגערינגלט ,אים אױפֿגעפּאַסט,
11אים אָפּגעהיט װי ז ַײן אױגאַפּל.
װי אַן אָדלער װעקט ז ַײן נעסט,
פֿלאַטערט איבער ז ַײנע יונגע,
שפּרײט ז ַײנע פֿלעדערן און נעמט זײ,
טראָגט זײ אױף ז ַײן פֿליגל –
12האָט יהוה אַלײן אים געפֿירט,
און ניט געװען מיט אים אַ פֿרעמדער גאָט.