Page 78 - Dvorim
P. 78

‫דברים‬

                  ‫אַלע זײערע הײליקע ז ַײנען ב ַײ ד ַײן האַנט;‬
                                 ‫‪ 3‬און זײ ליגן צו ד ַײנע פֿיס‪,‬‬
                                   ‫זײ נעמען אױף ד ַײנע רײד‪.‬‬

                      ‫‪” 4‬אַ תּוֹרה האָט אונדז משה באַפֿױלן‪,‬‬
                ‫אַ ירושה פֿאַר דער א ַײנזאַמלונג פֿון יעקבֿ“‪.‬‬

                         ‫‪ 5‬און אַ מלך איז געװען אין ישורון‪,‬‬
               ‫װען די קעפּ פֿון פֿאָלק האָבן זיך פֿאַרזאַמלט‪,‬‬

                        ‫אין אײנעם אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל‪.‬‬

                        ‫‪ 6‬לעבן זאָל ראובֿן און ניט שטאַרבן‪,‬‬
                 ‫און ז ַײנע מענטשן זאָלן ניט ז ַײן געצײלטע‪.‬‬

              ‫‪ 7‬און דאָס אױף יהודה; און ער האָט געזאָגט‪:‬‬
                          ‫הער צו‪ ,‬גאָט‪ ,‬דעם ָקול פֿון יהודה‪,‬‬

                    ‫און צו ז ַײן פֿאָלק זאָלסטו אים ברענגען;‬
                        ‫ז ַײנע הענט זאָלן פֿאַר אים שטר ַײטן‪,‬‬

                    ‫און אַ הילף פֿון ז ַײנע פֿ ַײנט זאָלסטו ז ַײן‪.‬‬

                            ‫‪ 8‬און אױף ֵל ִוי האָט ער געזאָגט‪:‬‬
                  ‫ד ַײנע אורים‪-‬ותּומים צו ד ַײן פֿרומען מאַן‪,‬‬

                    ‫װאָס דו האָסט אים אין ַמ ָסה געפּרוּװט‪,‬‬
                 ‫אים געשטראָפֿט פֿאַרן װאַסער פֿון מריבֿה;‬
‫‪ 9‬װאָס האָט געזאָגט אױף ז ַײן פֿאָטער און אױף ז ַײן מוטער‪:‬‬

                                      ‫איך האָב זײ ניט געזען;‬
                      ‫און האָט ז ַײנע ברידער ניט דערקענט‪,‬‬
                       ‫און ז ַײנע קינדער ניט געװאָלט װיסן;‬

                         ‫װאָרום זײ האָבן געהיט ד ַײן װאָרט‪,‬‬
                           ‫און ד ַײן בונד האָבן זײ געהאַלטן‪.‬‬

                          ‫‪ 10‬זײ לערנען ד ַײנע געזעצן יעקבֿן‪,‬‬
                                      ‫און ד ַײן תּוֹרה ישׂראלן;‬

                                ‫זײ טוען װ ַײרױך אין ד ַײן נאָז‪,‬‬
                            ‫און גאַנצאָפּפֿער אױף ד ַײן מזבח‪.‬‬

                              ‫‪ 11‬בענטש‪ ,‬גאָט‪ ,‬ז ַײן פֿאַרמעג‪,‬‬
         ‫און דאָס װערק פֿון ז ַײנע הענט זאָלסטו באַװיליקן;‬

                           ‫צעהאַק די לענדן פֿון ז ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                      ‫אַז ז ַײנע ָשׂונאים זאָלן ניט אױפֿשטײן‪.‬‬
   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82   83