Page 76 - Dvorim
P. 76

‫דברים‬

                    ‫‪ 34‬פֿאַר װאָר‪ ,‬דאָס איז באַהאַלטן ב ַײ מיר‪,‬‬
                         ‫פֿאַרחתמעט אין מ ַײנע שאַצקאַמערן;‬
                           ‫‪ 35‬איך האַלט נקמה און באַצאָלונג‬

         ‫פֿאַר דער צ ַײט װען זײער פֿוס װעט זיך אױסגליטשן;‬
                  ‫װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון זײער בראָך‪,‬‬

              ‫און א ַײליק קומט װאָס איז אָנגעברײט פֿאַר זײ‪.‬‬
           ‫‪ 36‬װאָרום גאָט װעט זיך אָננעמען פֿאַר ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬

                      ‫און אױף ז ַײנע קנעכט זיך דערבאַרימען‪,‬‬
                ‫װען ער זעט אַז אױסגעגאַנגען איז די קראַפֿט‪,‬‬

                         ‫‪ 37‬און קײן מוטערמענטש איז ניטאָ;‬
                       ‫און מע זאָגט‪ :‬װוּ ז ַײנען זײערע געטער‪,‬‬
              ‫דער פֿעלז װאָס זײ האָבן זיך געשיצט אין אים?‬
‫‪ 38‬װאָס האָבן דאָס פֿעטס פֿון זײערע שלאַכטאָפּפֿער געגעסן‪,‬‬
                   ‫געטרונקען דעם װ ַײן פֿון זײער גיסאָפּפֿער?‬

                           ‫זאָלן זײ אופֿשטײן און א ַײך העלפֿן;‬
                    ‫זאָל ער ז ַײן איבער א ַײך אַ פֿאַרבאָרגעניש‪.‬‬

                          ‫‪ 39‬זעט אַצונד אַז איך‪ ,‬איך בין דאָס‪,‬‬
                                  ‫און ניטאָ קײן גאָט מיט מיר;‬
                                  ‫איך טײט און מאַך לעבעדיק‪,‬‬
                                   ‫איך פֿאַרװוּנד און איך הײל‪,‬‬

             ‫און פֿון מ ַײן האַנט איז ניטאָ װער זאָל מציל ז ַײן‪.‬‬
                    ‫‪ 40‬װאָרום איך הײב צום הימל מ ַײן האַנט‪,‬‬
                            ‫און זאָג‪ :‬אַזױ װי איך לעב אײביק‪,‬‬

               ‫‪ 41‬װען איך שאַרף דעם בליץ פֿון מ ַײן שװערד‪,‬‬
                   ‫און מ ַײן האַנט װעט צום משפּט זיך נעמען‪,‬‬
                     ‫װעל איך אומקערן נקמה צו מ ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                         ‫און מ ַײנע ָשׂונאים װעל איך באַצאָלן‪.‬‬

                ‫‪ 42‬איך װעל אָנשיכּורן מ ַײנע פֿ ַײלן מיט בלוט‪,‬‬
               ‫און מ ַײן שװערד װעט זיך אָנעסן מיט פֿלײש –‬

                 ‫מיט בלוט פֿון דערשלאָגענע און געפֿאַנגענע‪,‬‬
                    ‫מיט די לאַנגהאָריקע קעפּ פֿון דעם פֿ ַײנט‪.‬‬
                          ‫‪ 43‬באַזינגט‪ ,‬איר אומות‪ ,‬ז ַײן פֿאָלק‪,‬‬

  ‫װאָרום פֿאַרן בלוט פֿון ז ַײנע קנעכט װעט ער זיך נוֹקם ז ַײן‪,‬‬
                  ‫און נקמה װעט ער אומקערן צו ז ַײנע פֿ ַײנט‪,‬‬
                      ‫און פֿאַרגיטיקן ז ַײן לאַנד און ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬
   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81