Page 72 - Dvorim
P. 72

‫דברים‬

‫באַגײט זיך ה ַײנט‪ ,‬נאָך אײדער איך האָב אים געבראַכט אין דעם‬
                                     ‫לאַנד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן‪.‬‬

‫‪ 22‬און משה האָט אױפֿגעשריבן דאָס דאָזיקע געזאַנג אין יענעם‬
‫טאָג‪ ,‬און האָט עס אױסגעלערנט די קינדער פֿון ישׂראל‪ 23 .‬און ער‬
‫האָט באַפֿױלן יהוֹשו ַע דעם זון פֿון נון‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬ז ַײ שטאַרק‬
‫און פֿעסט‪ ,‬װאָרום דו װעסט ברענגען די קינדער פֿון ישׂראל אין דעם‬

     ‫לאַנד װאָס איך האָב זײ צוגעשװאָרן‪ ,‬און איך װעל ז ַײן מיט דיר‪.‬‬

‫‪ 24‬און עס איז געװען‪ ,‬װי משה האָט געענדיקט אױפֿשר ַײבן די‬
‫װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה אין אַ בוך‪ ,‬ביז זײער ָסוף‪ 25 ,‬אַזױ‬
‫האָט משה באַפֿױלן די ל ִו ִיים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס בונד‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ 26 :‬נעמט דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּוֹרה‪ ,‬און איר‬
‫זאָלט עס אַװעקלײגן ב ַײן ז ַײט פֿון דעם אָרון פֿון דעם בונד פֿון יהוה‬
‫א ַײער גאָט‪ ,‬און עס זאָל דאָרטן ז ַײן צום עדות קעגן דיר‪ 27 .‬װאָרום‬
‫איך קען ד ַײן װידערשפּעניקײט און ד ַײן האַרטן נאַקן; זע‪ ,‬ה ַײנט‪ ,‬אַז‬
‫איך לעב נאָך מיט א ַײך‪ ,‬ז ַײט איר געװען װידערשפּעניקער אַקעגן‬
‫גאָט‪ ,‬און װי שױן נאָך מ ַײן טױט? ‪ 28‬זאַמלט א ַײן צו מיר אַלע‬
‫עלטסטע פֿון א ַײערע שבֿטים‪ ,‬און א ַײערע אױפֿזעער‪ ,‬און איך װעל‬
‫רעדן אין זײערע אױערן די דאָזיקע װערטער‪ ,‬און װעל מאַכן הימל‬
‫און ערד עדות קעגן זײ‪ 29 .‬װאָרום איך װײס‪ ,‬אַז פֿאַרדאָרבן װעט‬
‫איר פֿאַרדאָרבן װערן נאָך מ ַײן טױט‪ ,‬און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון‬
‫דעם װעג װאָס איך האָב א ַײך באַפֿױלן‪ ,‬און א ַײך װעט געשען בײז אין‬
‫ָסוף פֿון די טעג‪ ,‬װ ַײל איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן‬

   ‫פֿון גאָט‪ ,‬אים צו דערצערענען מיט דער טואונג פֿון א ַײערע הענט‪.‬‬

‫‪ 30‬און משה האָט גערעדט אין די אױערן פֿון דער גאַנצער‬
‫א ַײנזאַמלונג פֿון ישׂראל די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג ביז‬

                                                              ‫זײער ָסוף‪.‬‬

                 ‫ַה ֲא ִזינו‬

                 ‫‪ 1‬פֿאַרנעמט איר הימלען‪ ,‬און איך װעל רעדן‪,‬‬

      ‫און זאָל הערן די ערד די רײד פֿון מ ַײן מױל‪.‬לב‬
                                    ‫‪ 2‬זאָל טריפֿן װי רעגן מ ַײן לערנונג‪,‬‬
                                          ‫זאָל רינען װי טױ מ ַײן װאָרט;‬
   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77