Page 71 - Dvorim
P. 71

‫דברים‬

‫ישׂראל אין זײערע אױערן‪ 12 .‬זאַמל א ַײן דאָס פֿאָלק‪ ,‬די מענער און‬
‫די װ ַײבער און די קלײנע קינדער‪ ,‬און ד ַײן פֿרעמדן װאָס אין ד ַײנע‬
‫טױערן‪ ,‬כּדי זײ זאָלן הערן‪ ,‬און כּדי זײ זאָלן לערנען‪ ,‬און מוֹרא האָבן‬
‫פֿאַר יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬און היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער‬
‫דאָזיקער תּוֹרה; ‪ 13‬און זײערע קינדער װאָס האָבן ניט געװוּסט‪ ,‬זאָלן‬
‫הערן‪ ,‬און לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה א ַײער גאָט אַלע טעג‬
‫װאָס איר לעבט אױף דער ערד װאָס איר גײט אַריבער דעם ַירדן‬

                                                      ‫אַהין‪ ,‬זי צו אַרבן‪.‬‬

‫‪ 14‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬זע‪ ,‬ד ַײנע טעג גענענען צום‬
‫שטאַרבן‪ ,‬רוף יהוֹשוען‪ ,‬און שטעלט א ַײך אין אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און איך‬
‫װעל אים באַפֿעלן‪ .‬ז ַײנען געגאַנגען משה און יהוֹשו ַע‪ ,‬און האָבן זיך‬
‫געשטעלט אין אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ 15 .‬און גאָט האָט זיך באַװיזן אין געצעלט‬
‫אין אַ װאָלקנז ַײל‪ ,‬און דער װאָלקנז ַײל איז געשטאַנען ב ַײם א ַײנגאַנג‬
‫פֿון געצעלט‪ 16 .‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬זע‪ ,‬דו לײגסט זיך‬
‫מיט ד ַײנע עלטערן‪ ,‬און דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט אױפֿשטײן און זיך‬
‫אָפּקערן נאָך די געטער פֿון די פֿרעמדע פֿון דעם לאַנד װאָס ער קומט‬
‫אַהין צװישן זײ‪ ,‬און ער װעט מיך פֿאַרלאָזן‪ ,‬און פֿאַרשטערן מ ַײן בונד‬
‫װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אים‪ 17 .‬און מ ַײן צאָרן װעט גרימען‬
‫אױף אים אין יענעם טאָג‪ ,‬און איך װעל זײ פֿאַרלאָזן‪ ,‬און פֿאַרבאָרגן‬
‫מ ַײן פּנים פֿון זײ‪ ,‬און ער װעט ז ַײן צום פֿאַרצערן‪ ,‬און אים װעלן‬
‫טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות‪ ,‬און ער װעט זאָגן אין יענעם טאָג‪ :‬פֿאַר‬
‫װאָר‪ ,‬װ ַײל מ ַײן גאָט איז ניט צװישן מיר‪ ,‬האָבן מיך געטראָפֿן די‬
‫דאָזיקע בײזן‪ 18 .‬און פֿאַרבאָרגן װעל איך פֿאַרבאָרגן מ ַײן פּנים אין‬
‫יענעם טאָג‪ ,‬פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן‪ ,‬אַז ער האָט זיך‬
‫געקערט צו פֿרעמדע געטער‪ 19 .‬און אַצונד שר ַײבט א ַײך אױף דאָס‬
‫דאָזיקע געזאַנג‪ ,‬און לערן עס אױס די קינדער פֿון ישׂראל; טו עס‬
‫אַר ַײן אין זײער מױל‪ ,‬כּדי דאָס דאָזיקע געזאַנג זאָל מיר ז ַײן צום‬
‫עדות קעגן די קינדער פֿון ישׂראל‪ 20 .‬אַז איך װעל אים ברענגען אױף‬
‫דער ערד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן זײערע עלטערן‪ ,‬װאָס פֿליסט‬
‫מיט מילך און האָניק‪ ,‬און ער װעט עסן און װערן זאַט און פֿעט‪ ,‬און‬
‫װעט זיך קערן צו פֿרעמדע געטער‪ ,‬און זײ װעלן זײ דינען‪ ,‬און װעלן‬
‫מיך פֿאַראַכטן‪ ,‬און ער װעט פֿאַרשטערן מ ַײן בונד‪ 21 ,‬איז‪ ,‬אַז אים‬
‫װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות װעט דאָס דאָזיקע געזאַנג זיך‬
‫אָפּרופֿן אים אין פּנים צום עדות װאָרום עס װעט ניט פֿאַרגעסן‬
‫װערן פֿון דעם מױל פֿון ז ַײן זאָמען; װ ַײל איך װײס ז ַײן ֶטבֿע‪ ,‬װי ער‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76