Page 70 - Dvorim
P. 70
דברים
באַהעפֿטן אָן אים ,װאָרום דאָס איז ד ַײן לעבן און ד ַײן אַריכתָ-ימים;
כּדי צו זיצן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו ד ַײנע
עלטערן ,צו אַבֿרהמען ,צו יצחקן ,און צו יעקבֿן ,זײ צו געבן.
ַוֵי ֶל ְך
1און משה איז געגאַנגען ,און האָט גערעדט די דאָזיקע
װערטער צו גאַנץ ישׂראל 2 .און ער האָט צו זײ געזאָגט :אַלא
מאַן פֿון הונדערט און צװאַנציק יאָר בין איך ה ַײנט; איך קען ניט
מער אַרױסגײן און אַר ַײנגײן; און גאָט האָט צו מיר געזאָגט :װעסט
ניט אַריבערגײן דעם דאָזיקן ַירדן 3 .יהוה ד ַײן גאָט ,ער גײט אַריבער
דיר פֿאַרױס; ער װעט פֿאַרטיליקן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר,
און װעסט זײ ירשען; יהוֹשו ַע ,ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס ,אַזױ װי
גאָט האָט גערעדט 4 .און גאָט װעט טאָן צו זײ אַזױ װי ער האָט
געטאָן צו סיחון און צו עוֹג ,די מלכים פֿון ֶאמוֹרי ,און צו זײער לאַנד,
װאָס ער האָט זײ פֿאַרטיליקט 5 .און גאָט װעט זײ איבערגעבן צו
א ַײך ,און איר װעט טאָן צו זײ אַזױ װי אַלדאָס געבאָט װאָס איך האָב
א ַײך געבאָטן 6 .ז ַײט שטאַרק און פֿעסט ,איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן
און זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ ,װאָרום יהוה ד ַײן גאָט ,ער איז דער װאָס
גײט מיט דיר; ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן.
7און משה האָט גערופֿן יהוֹשוען ,און ער האָט צו אים געזאָגט פֿאַר
די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל :ז ַײ שטאַרק און פֿעסט ,װאָרום דו װעסט
קומען מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט
געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן ,און דו װעסט עס זײ מאַכן
אַרבן 8 .און גאָט ,ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט ז ַײן
מיט דיר ,ער װעט דיך ניט אָפּלאָזן און דיך ניט פֿאַרלאָזן; זאָלסט ניט
מוֹרא האָבן און ניט אַנגסטן.
9און משה האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע תּוֹרה ,און האָט זי געגעבן
צו די כֹּהנים ,די קינדער פֿון ֵל ִוי ,װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון גאָטס
בונד ,און צו אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל 10 .און משה האָט זײ
באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :צום ָסוף פֿון אַלע זיבן יאָר ,אין דער צ ַײט פֿון
דעם יאָר פֿון שמיטה ,אין דעם ָיום-טובֿ פֿון סוכּות 11 ,װען גאַנץ
ישׂראל קומט זיך װ ַײזן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט ,אין דעם אָרט װאָס ער
װעט אױסדערװײלן ,זאָלסטו לײענען די דאָזיקע תּוֹרה פֿאַר גאַנץ