Page 66 - Dvorim
P. 66
דברים
ִמצ ַר ִים ,אױף דעם װעג װאָס איך האָב דיר געזאָגט ,װעסט אים מער
ניט אָנזען .און איר װעט זיך דאָרטן אָנבאָטן צו א ַײערע פֿ ַײנט פֿאַר
קנעכט און פֿאַר דינסטן ,און קײן קױפֿער װעט ניט ז ַײן.
69דאָס ז ַײנען די װערטער פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט באַפֿױלן
משהן צו שליסן מיט די קינדער פֿון ישׂראל אין לאַנד מוֹאָבֿ ,אַחוץ
דעם בונד װאָס ער האָט געשלאָסן מיט זײ אין חוֹ ֵרבֿ.
1און משה האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ ישׂראל ,און האָט צו זײ
געזאָגט:כט
איר האָט געזען אַלץ װאָס גאָט האָט געטאָן פֿאַר א ַײערע אױגן אין
לאַנד ִמצ ַר ִים צו פּרעהן ,און צו אַלע ז ַײנע קנעכט ,און צו ז ַײן גאַנצן
לאַנד; 2די גרױסע פּרוװוּנגען װאָס ד ַײנע אױגן האָבן געזען ,יענע
גרױסע צײכנס און װוּנדער 3 .אָבער גאָט האָט א ַײך ניט געגעבן אַ
האַרץ צו פֿאַרשטײן ,און אױגן צו זען ,און אױערן צו הערן ,ביז אױף
ה ַײנטיקן טאָג 4 .און איך האָב א ַײך געפֿירט פֿערציק יאָר דורכן
מדבר; א ַײערע קלײדער ז ַײנען ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף א ַײך,
און ד ַײן שוך איז ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף ד ַײן פֿוס 5 .ברױט
האָט איר ניט געגעסן ,און װ ַײן און געטראַנק האָט איר ניט
געטרונקען; כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך בין יהוה א ַײער גאָט 6 .און
אַז איר ז ַײט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט ,איז אַרױסגעגאַנגען
סיחון דער מלך פֿון חשבון ,און עוֹג דער מלך פֿון ב ָשן ,אַקעגן אונדז
אױף מלחמה ,און מיר האָבן זײ געשלאָגן 7 .און מיר האָבן
צוגענומען זײער לאַנד ,און האָבן עס געגעבן פֿאַר אַ נחלה צו די
ראובֿנים ,און צו די ָגדים ,און צו דעם האַלבן שבֿט מנשה 8 .דרום
זאָלט איר היטן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד ,און זײ טאָן ,כּדי
איר זאָלט באַגליקן אין אַלץ װאָס איר װעט טאָן.
ִנ ָצבֿים
9איר שטײט ה ַײנט אַלע פֿאַר יהוה א ַײער גאָט ,א ַײערע הױפּטל ַײט,
א ַײערע שבֿטים ,א ַײערע עלטסטע ,און א ַײערע אױפֿזעערס ,אַלע
מענער פֿון ישׂראל 10 ,א ַײערע קלײנע קינדער ,א ַײערע װ ַײבער ,און