Page 65 - Dvorim
P. 65

‫דברים‬

‫און פֿון אײדלקײט‪ ,‬איר אױג װעט ז ַײן שלעכט צו דעם מאַן פֿון איר‬
‫בוזעם‪ ,‬און צו איר זון‪ ,‬און צו איר טאָכטער‪ 57 ,‬און צו איר‬
‫נאָכגעבורט װאָס קומט אַרױס פֿון צװישן אירע פֿיס‪ ,‬און צו אירע‬
‫קינדער װאָס זי װעט געבערן‪ ,‬װאָרום זי װעט זײ אױפֿעסן אין‬
‫פֿאַרבאָרגעניש‪ ,‬אין מינערונג פֿון אַלץ‪ ,‬אין דער באַלעגערונג‪ ,‬און אין‬

       ‫דער דריקונג װאָס ד ַײן פֿ ַײנט װעט דיך דריקן אין ד ַײנע טױערן‪.‬‬

‫‪ 58‬אױב דו װעסט ניט היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער‬
‫תּוֹרה‪ ,‬װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך‪ ,‬מוֹרא צו האָבן‬
‫פֿאַר דעם דאָזיקן געאַכפּערטן און פֿאָרכטיקן נאָמען‪ ,‬פֿאַר יהוה ד ַײן‬
‫גאָט‪ 59 ,‬װעט גאָט מאַכן װוּנדערלעך ד ַײנע פּלאָגן‪ ,‬און די פּלאָגן פֿון‬
‫ד ַײנע קינדער – גרױסע און אָנגעהאַלטענע פּלאָגן‪ ,‬און בײזע און‬
‫אָנגעהאַלטענע קרענק‪ 60 .‬און ער װעט װידער ברענגען אױף דיר‬
‫אַלע װײטאָקן פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬װאָס דו האָסט זיך געשראָקן פֿאַר זײ‪ ,‬און‬
‫זײ װעלן זיך באַהעפֿטן אָן דיר‪ 61 .‬אױך יעטװעדער קרענק און‬
‫יעטװעדער פּלאָג װאָס שטײט ניט געשריבן אין דעם בוך פֿון דער‬
‫דאָזיקער תּוֹרה‪ ,‬װעט זײ גאָט אַרױפֿברענגען אױף דיר ביז דו װעסט‬
‫פֿאַרטיליקט װערן‪ 62 .‬און איר װעט בל ַײבן מיט אַ ה ַײפֿל מענטשן‪,‬‬
‫אָנשטאָט װאָס איר ז ַײט געװען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל אין‬
‫פֿילקײט; װ ַײל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן‬
‫גאָט‪ 63 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט זיך געפֿרײט איבער‬
‫א ַײך‪ ,‬א ַײך צו באַגיטיקן‪ ,‬און א ַײך צו מערן‪ ,‬אַזױ װעט גאָט זיך פֿרײען‬
‫איבער א ַײך‪ ,‬א ַײך אונטערצוברענגען און א ַײך צו פֿאַרטילקן; און איר‬
‫װעט אַװעקגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס דו קומסט אַהין‪ ,‬זי צו‬
‫אַרבן‪ 64 .‬און גאָט װעט דיך צעשפּרײטן צװישן אַלע אומות‪ ,‬פֿון עק‬
‫ערד ביז עק ערד‪ ,‬און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער‪ ,‬װאָס דו‬
‫און ד ַײנע עלטערן האָבן ניט געקענט‪ ,‬האָלץ און שטײן‪ 65 .‬און‬
‫צװישן די דאָזיקע פֿעלקער װעסטו קײן רו ניט האָבן‪ ,‬און קײן מנוחה‬
‫װעט ניט ז ַײן פֿאַר ד ַײן פֿוסטריט; און גאָט װעט דיר געבן דאָרטן אַן‬
‫אומרואיק האַרץ‪ ,‬און אױסגײעניש פֿון די אױגן‪ ,‬און פֿאַרשמאַכטונג‬
‫פֿון דער זעל‪ 66 .‬און ד ַײן לעבן װעט דיר הענגען אַנטקעגן‪ ,‬און װעסט‬
‫אַנגסטן טאָג און נאַכט‪ ,‬און ניט ז ַײן זיכער מיט ד ַײן לעבן‪ 67 .‬אין‬
‫פֿרימאָרגן װעסטו זאָגן‪ :‬הלװאַי װערט אָװנט! און אין אָװנט װעסטו‬
‫זאָגן‪ :‬הלװאַי װערט פֿרימאָרגן! פֿון װעגן דער אַנגסט פֿון ד ַײן האַרצן‬
‫װאָס דו װעסט אַנגסטן‪ ,‬און פֿון װעגן דער זעאונג פֿון ד ַײנע אױגן‬
‫װאָס דו װעסט זען‪ 68 .‬און גאָט װעט דיך אומקערן אױף שיפֿן קײן‬
   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70