Page 58 - Dvorim
P. 58
דברים
גאַנצן האַרצן ,און מיט ד ַײן גאַנצער זעל 17 .דו האָסט ה ַײנט
אױסדערװײלט יהוה אים צו האָבן פֿאַר ד ַײן גאָט ,און צו גײן אין
ז ַײנע װעגן ,און צו היטן ז ַײנע חוקים און ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע
געזעצן ,און צוצוהערן צו ז ַײן ָקול 18 .און גאָט האָט דיך ה ַײנט
אױסדערװײלט אים צו ז ַײן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק ,אַזױ װי ער האָט דיר
צוגעזאָגט ,און צו היטן אַלע ז ַײנע געבאָט; 19און דיך צו שטעלן
העכער איבער אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט געמאַכט ,פֿאַר אַ לױב,
און פֿאַר אַ נאָמען ,און פֿאַר אַ שײנקײט ,און כּדי זאָלסט ז ַײן אַ
הײליק פֿאָלק צו יהוה ד ַײן גאָט ,אַזױ װי ער האָט גערעדט.
1און משה און די עלטסטע פֿון ישׂראל האָבן באַפֿױלן דעם
פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן :היט אַלע געבאָט װאָס איך געביט א ַײךכז
ה ַײנט 2 .און עס װעט ז ַײן ,אין דעם טאָג װאָס איר װעט אַריבערגײן
דעם ַירדן צו דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר ,זאָלסטו דיר
אױפֿשטעלן גרויסע שטײנער ,און זײ באַקאַלכן מיט קאַלך 3 .און
זאָלסט אױפֿשר ַײבן אױף זײ אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה,
אַז דו װעסט אַריבערגײן; כּדי זאָלסט קומען אין דעם לאַנד װאָס
יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר ,אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק,
אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון ד ַײנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט 4 .און
עס װעט ז ַײן ,װי איר גײט אַריבער דעם ַירדן ,זאָלט איר אױפֿשטעלן
די דאָזיקע שטײנער װאָס איך באַפֿעל א ַײך ה ַײנט ,אױף דעם באַרג
ֵעיבֿל ,און זאָלסט זײ באַקאַלכן מיט קאַלך 5 .און זאָלסט דאָרטן
בױען אַ מזבח צו יהוה ד ַײן גאָט ,אַ מזבח פֿון שטײנער; זאָלסט ניט
אױפֿהײבן אױף זײ אַן א ַײזן 6 .פֿון גאַנצע שטײנער זאָלסטו בױען
דעם מזבח פֿון יהוה ד ַײן גאָט; און זאָלסט אױפֿברענגען אױף אים
בראַנדאָפּפֿער צו גאָט ד ַײן האַר 7 .און זאָלסט שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער
און עסן דאָרטן ,און זיך פֿרײען פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט 8 .און זאָלסט
אױפֿשר ַײבן אױף די שטײנער אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה
זײער קלאָר.
9און משה און די כֹּהנים פֿון שבֿט ֵל ִוי האָבן גערעדט צו גאַנץ
ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :ז ַײ שטיל און הער ,ישׂראל :ה ַײנטיקן טאָג
ביסטו געװאָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו יהוה ד ַײן גאָט 10 .דרום זאָלסטו