Page 56 - Dvorim
P. 56
דברים
אים אָננעמען פֿאַר די ענגע ערטער 12 ,זאָלסטו אָפּהאַקן איר האַנט;
ד ַײן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען.
13זאָלסט ניט האָבן אין ד ַײן ב ַײטל צװײערלײ װאָגשטײענר ,אַ
גרעסערן און אַ קלענערן 14 .זאָלסט ניט האָבן אין ד ַײן הױז
צװײערלײ ֵאיפֿהס ,אַ גרעסערע און אַ קלענערע 15 .אַ פֿול און
ריכטיק געװיכט זאָל ז ַײן ב ַײ דיר; אַ פֿולע און ריכטיקע ֵאיפֿה זאָל ז ַײן
ב ַײ דיר; כּדי ד ַײנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס יהוה
ד ַײן גאָט גיט דיר 16 .װאָרום אַן אומװערדיקײט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט
איז איטלעכער װאָס טוט דאָס – איטלעכער װאָס טוט אַן עװלה.
17געדענק װאָס ַע ָמ ֵלק האָט דיר געטאָן אונטערװעגנס ,װען איר
ז ַײט אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים; 18װי ער האָט דיך געטראָפֿן
אונטערװעגנס ,און האָט געשלאָגן ד ַײנע הינטערשטע ,אַלע
אָפּגעשלאַפֿטע הינטער דיר ,בעת דו ביסט געװען פֿאַרשמאַכט און
מיד; און ער האָט ניט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט 19 .דרום זאָל ז ַײן ,אַז
יהוה ד ַײן גאָט באַרוט דיך פֿון אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט פֿון רונד אַרום ,אין
דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה ,עס צו אַרבן,
זאָלסטו אױסמעקן דעם ֵזכר פֿון ַע ָמ ֵלק פֿון אונטערן הימל; זאָלסטו
ניט פֿאַרגעסן.
ִכּי ָתבֿוֹא
1און עס װעט ז ַײן ,אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס
יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה ,און װעסט עס אַרבן ,אוןכו
זיך באַזעצן דרינען 2 ,זאָלסטו נעמען פֿונעם ערשטן פֿון יעטװעדער
פֿרוכט פֿון דער ערד ,װאָס דו װעסט אַר ַײננעמען פֿון ד ַײן לאַנד װאָס
יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר ,און זאָלסט אַר ַײנטאָן אין אַ קאָרב ,און גײן
צו דעם אָרט װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען
ז ַײן נאָמען דאָרטן 3 .און זאָלסט קומען צו דעם כֹּהן װאָס װעט ז ַײן
אין יענע טעג ,און זאָגן צו אים :איך זאָג ה ַײנט פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט,
אַז איך בין געקומען אין דעם לאַנד װאָס גאָט האָט געשװאָרן
אונדזערע עלטערן אונדז צו געבן 4 .און דער כֹּהן זאָל נעמען דעם
קאָרב פֿון ד ַײן האַנט ,און אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם מזבח פֿון
יהוה ד ַײן גאָט 5 .און זאָלסט אױסרופֿן און זאָגן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט:
אַ בלודנער אַ ַרמי איז געװען מ ַײן פֿאָטער ,און ער האָט גענידערט