Page 54 - Dvorim
P. 54
דברים
זאָלסטו זיך ניט לײגן מיט ז ַײן משכּון 13 .אומקערן זאָלסטו אים
אומקערן דעם משכּון ,װי די זון גײט אונטער; כּדי ער זאָל זיך לײגן
אין ז ַײן צודעק ,און דיך בענטשן; און פֿון דיר װעט עס ז ַײן אַ
גערעכטיקײט פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט.
14זאָלסט ניט דריקן אַן אָרעמען און נױטבאַדערפֿטיקן
לױנאַרבעטער פֿון ד ַײנע ברידער ,אָדער פֿון ד ַײן פֿרעמדן װאָס אין
ד ַײן לאַנד ,אין ד ַײנע טױערן 15 .אין דעם אײגענעם טאָג זאָלסטו
אָפּגעבן ז ַײן לױן ,און די זון זאָל ניט אונטערגײן דערױף; װאָרום ער
איז אַן אָרעמאַן ,און ער קוקט אױס דערױף; כּדי ער זאָל ניט רופֿן
אױף דיר צו גאָט ,און אױף דיר װעט ז ַײן אַ זינד.
16פֿאָטערס זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר קינדער ,און קינדער זאָלן
ניט געטײט װערן פֿאַר פֿאָטערס; יעטװעדער פֿאַר ז ַײן זינד זאָל
געטײט װערן.
17זאָלסט ניט פֿאַרדרײען דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן ,פֿון אַ יתום;
און זאָלסט ניט נעמען אין משכּון דעם בגד פֿון אַן אַלמנה 18 .און
זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין ִמצ ַר ִים ,און יהוה
ד ַײן גאָט האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דאָרטן; דרום באַפֿעל איך דיר צו
טאָן די דאָזיקע זאַך.
19אַז דו װעסט שנ ַײדן ד ַײן שניט אין פֿעלד ,און װעסט פֿאַרגעסן אַ
גאַרב אין פֿעלד ,זאָלסטו זיך ניט אומקערן זי צו נעמען; פֿאַרן
פֿרעמדן ,פֿאַרן יתום ,און פֿאַר דער אַלמנה ,זאָל עס ז ַײן; כּדי יהוה
ד ַײן גאָט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון ד ַײנע הענט.
20אַז דו װעסט אָפּקלאַפּן ד ַײן אײלבערטבױם ,זאָלסטו ניט נאָכזוכן
די צװ ַײגן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן ,פֿאַרן יתום ,און פֿאַר דער
אַלמנה ,זאָל עס ז ַײן 21 .אַז דו װעסט האַרבסטן ד ַײן װ ַײנגאָרטן,
זאָלסטו ניט נאָכקל ַײבן הינטער דיר; פֿאַרן פֿרעמדן ,פֿאַרן יתום ,און
פֿאַר דער אַלמנה ,זאָל עס ז ַײן 22 .און זאָלסט געדענקען אַז אַ
קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים; דרום באַפֿעל איך דיר צו טאָן
די דאָזיקע זאַך.