Page 55 - Dvorim
P. 55
דברים
1אַז צװישן מענטשן װעט ז ַײן אַ קריג ,און זײ װעלן גענענען
צום משפּט ,און מע װעט זײ משפּטן ,און גערעכט מאַכן דעםכה
גערעכטן ,און שולדיק מאַכן דעם שולדיקן 2 ,איז ,אױב דעם
שולדיקן קומט שלאָגן ,זאָל דער ריכטער אים לאָזן אַנידערלײגן און
שלאָגן פֿאַר ז ַײן געזיכט ,װעדליק ז ַײן שולד ,מיט אַ צאָל 3 .פֿערציק
שלעג זאָל מען אים געבן ,ניט מער; טאָמער שלאָגט מען אים מער
װי דאָס ,צו פֿיל שלעג ,װעט ד ַײן ברודער געשענדט װערן פֿאַר ד ַײנע
אױגן.
4זאָלסט ניט פֿאַרבינדן אַן אָקס דאָס מױל װען ער דרעשט.
5אַז ברידער װעלן װױנען אין אײנעם ,און אײנער פֿון זײ װעט
שטאַרבן ,און קײן קינד האָט ער ניט ,זאָל דעם געשטאָרבענעמס
װ ַײב ניט װערן אַ פֿרעמדן מאַנס פֿון דרױסן; איר שװאָגער זאָל
קומען צו איר ,און זי נעמען פֿאַר אַ װ ַײב צו אים ,און זי
באַשװעגערן 6 .און עס זאָל ז ַײן :דער ערשטלינג װאָס זי װעט
געבערן ,זאָל ז ַײן אױפֿן נאָמען פֿון ז ַײן געשטאָרבענעם ברודער ,כּדי
ז ַײן נאָמען זאָל ניט אױסגעמעקט װערן פֿון ישׂראל 7 .און אױב דער
מאַן װעט ניט װעלן נעמען ז ַײן שװעגערין ,זאָל ז ַײן שװעגערין
אַרױפֿגײן אין טױער צו די עלטסטע ,און זאָגן :מ ַײן שװאָגער װיל ניט
אױפֿשטעלן ז ַײן ברודער אַ נאָמען אין ישׂראל; ער װיל מיך ניט
באַשװעגערן 8 .און די עלטסטע פֿון ז ַײן שטאָט זאָלן אים רופֿן ,און
רעדן צו אים .און אַז ער װעט זיך שטעלן און זאָגן :איך װיל זי ניט
נעמען 9 ,זאָל ז ַײן שװעגערין גענענען צו אים פֿאַר די אױגן פֿון די
עלטסטע ,און אַראָפּציען ז ַײן שוך פֿון ז ַײן פֿוס ,און אַ שפּ ַײ טאָן אין
ז ַײן פּנים ,און אױסרופֿן און זאָגן :אַזױ זאָל געטאָן װערן צו דעם מאַן
װאָס װיל ניט בױען ז ַײן ברודערס הױז 10 .און ז ַײן נאָמען זאָל גערופֿן
װערן אין ישׂראל :דאָס הױז פֿון דעם װאָס מיטן אַראָפּגעצױגענעם
שוך.
11אַז צװײ מענער װעלן זיך ראַנגלען צװישן זיך ,אײנער מיטן
אַנדערן ,און אײנעמס װ ַײב װעט גענענען אַרױסצוראַטעװען איר מאַן
פֿון ז ַײן שלעגערס האַנט ,און זי װעט אױסשטרעקן איר האַנט ,און