Page 35 - Dvorim
P. 35

‫דברים‬

‫‪ 21‬איר זאָלט ניט עסן קײן נבֿלה; דעם א ַײנגעװאַנדערטן װאָס אין‬
‫ד ַײנע טױערן מעגסטו עס אַװעקגעבן‪ ,‬ער זאָל עס עסן; אָדער‬
‫פֿאַרקױפֿן צו אַ פֿרעמדן; װאָרום אַ הײליק פֿאָלק ביסטו ב ַײ יהוה ד ַײן‬

                                                                   ‫גאָט‪.‬‬

                  ‫זאָלסט ניט קאָכן אַ ציקעלע אין ז ַײן מוטערס מילך‪.‬‬

‫‪ 22‬מעשׂרן זאָלסטו מעשׂרן דעם גאַנצן א ַײנטראָג פֿון ד ַײן זריעה‪,‬‬
‫װאָס קומט אַרױס פֿון ד ַײן פֿעלד יאָריערלעך‪ 23 .‬און זאָלסט עסן‬
‫פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן צו‬
‫מאַכן רוען ז ַײן נאָמען דאָרטן‪ ,‬דעם מעשׂר פֿון ד ַײן תּבֿואה‪ ,‬פֿון ד ַײן‬
‫װ ַײן‪ ,‬און פֿון ד ַײן אײל‪ ,‬און די ערשטלינגען פֿון ד ַײנע רינדער און‬
‫ד ַײנע שאָף‪ ,‬כּדי זאָלסט לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‬
‫אַלע טעג‪ 24 .‬און אױב דער װעג װעט ז ַײן צו פֿיל פֿאַר דיר‪ ,‬אױב דו‬
‫װעסט עס ניט קענען אַװעקטראָגן‪ ,‬װ ַײל דער אָרט װאָס יהוה ד ַײן‬
‫גאָט װעט אים אױסדערװײלן צו טאָן ז ַײן נאָמען דאָרטן‪ ,‬װעט ז ַײן צו‬
‫װ ַײט פֿאַר דיר‪ ,‬אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך בענטשן‪ 25 ,‬זאָלסטו עס‬
‫מאַכן צו געלט‪ ,‬און נעמען דאָס געלט א ַײנגעבונדן אין ד ַײן האַנט‪,‬‬
‫און גײן צו דעם אָרט װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט אים אױסדערװײלן;‬
‫‪ 26‬און זאָלסט אױסגעבן דאָס געלט אױף אַלץ װאָס ד ַײן האַרץ װעט‬
‫געלוסטן‪ ,‬אױף רינדער און אױף שאָף און אױף װ ַײן און אויף‬
‫געטראַנק‪ ,‬און אױף אַלץ װאָס ד ַײן האַרץ פֿאַרלאַנגט דיר; און זאָלסט‬
‫דאָרטן עסן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬און זיך פֿרײען‪ ,‬דו און ד ַײן‬
‫הױזגעזינט‪ 27 .‬און דעם ֵל ִוי װאָס אין ד ַײנע טױערן‪ ,‬אים זאָלסטו ניט‬

      ‫פֿאַרלאָזן‪ ,‬װאָרום ער האָט ניט קײן חלק און קײן נחלה ב ַײ דיר‪.‬‬

‫‪ 28‬צום ָסוף פֿון אַלע דר ַײ יאָר – אין יענעם יאָר זאָלסטו‬
‫אַרױסטראָגן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון ד ַײן תּבֿואה‪ ,‬און אַװעקלײגן אין‬
‫ד ַײנע טױערן‪ 29 .‬און עס זאָל קומען דער ֵל ִוי‪ ,‬װ ַײל ער האָט ניט קײן‬
‫חלק און קײן נחלה ב ַײ דיר‪ ,‬און דער פֿרעמדער‪ ,‬און דער יתום‪ ,‬און‬
‫די אַלמנה‪ ,‬װאָס אין ד ַײנע טױערן‪ ,‬און זײ זאָלן עסן און זאַט ז ַײן‪ ,‬כּדי‬
‫יהוה ד ַײן גאָט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון ד ַײן האַנט‬

                                                   ‫װאָס דו װעסט טאָן‪.‬‬
   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40