Page 17 - Dvorim
P. 17

‫דברים‬

‫האָט א ַײך באַפֿױלן‪ ,‬איר זאָלט א ַײך ניט אָפּקערן רעכטס אָדער‬
‫לינקס‪ 30 .‬אױף אַלדעם װעג װאָס יהוה א ַײער גאָט האָט א ַײך‬
‫באַפֿױלן‪ ,‬זאָלט איר גײן‪ ,‬כּדי איר זאָלט לעבן‪ ,‬און א ַײך זאָל גוט ז ַײן‪,‬‬

 ‫און איר זאָלט ַמ ֲאריך‪ָ-‬ימים ז ַײן אין דעם לאַנד װאָס איר װעט אַרבן‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס איז דאָס געבאָט‪ ,‬די חוקים‪ ,‬און די געזעצן‪ ,‬װאָס‬

‫יהוה א ַײער גאָט האָט באַפֿױלן א ַײך צו לערנען‪ ,‬אױף צו טאָן איןו‬

‫דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין‪ ,‬עס צו אַרבן; ‪ 2‬כּדי זאָלסט‬
‫מוֹרא האָבן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬צו היטן אַלע ז ַײנע געזעצן און ז ַײנע‬
‫געבאָט װאָס איך געביט דיר‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײן זון‪ ,‬און ד ַײן זונס זון‪ ,‬אַלע‬
‫טעג פֿון ד ַײן לעבן‪ ,‬און כּדי ד ַײנע טעג זאָלן זיך לענגערן‪ 3 .‬און‬
‫זאָלסט הערן‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬און היטן צו טאָן‪ ,‬כּדי דיר זאָל גוט ז ַײן‪ ,‬און‬
‫כּדי איר זאָלט א ַײך מערן זײער‪ ,‬אַזױ װי יהוה דער גאָט פֿון ד ַײנע‬
‫עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און‬

                                                                 ‫האָניק‪.‬‬

‫‪ 4‬הער‪ ,‬ישׂראל‪ :‬יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬יהוה איז אײנער‪ 5 .‬און זאָלסט‬
‫ליב האָבן יהוה ד ַײן גאָט מיט ד ַײן גאַנצן האַרצן‪ ,‬און מיט ד ַײן‬
‫גאַנצער זעל‪ ,‬און מיט ד ַײן גאַנצן כּוֹח‪ 6 .‬און די דאָזיקע װערטער‬
‫װאָס איך באַפֿעל דיר ה ַײנט‪ ,‬זאָלן ז ַײן אין ד ַײן האַרצן; ‪ 7‬און זאָלסט‬
‫זײ א ַײנשאַרפֿן ד ַײנע קינדער‪ ,‬און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט‬
‫אין ד ַײן הױז‪ ,‬און װען דו גײסט אין װעג‪ ,‬און װען דו לײגסט זיך‪ ,‬און‬
‫װען דו שטײסט אױף‪ 8 .‬און זאָלסט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף‬
‫ד ַײן האַנט‪ ,‬און זײ זאָלן ז ַײן פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן ד ַײנע אױגן‪.‬‬
‫‪ 9‬און זאָלסט זײ אױפֿשר ַײבן אױף די ב ַײשטידלעך פֿון ד ַײן הױז‪ ,‬און‬

                                                     ‫אױף ד ַײנע טױערן‪.‬‬

‫‪ 10‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם‬
‫לאַנד װאָס ער האָט געשװאָרן צו ד ַײנע עלטערן‪ ,‬צו אַבֿרהמען‪ ,‬צו‬
‫יצחקן‪ ,‬און צו יעקבֿן‪ ,‬דיר צו געבן – גרױסע און שײנע שטעט‪ ,‬װאָס‬
‫דו האָסט ניט געבױט‪ 11,‬און ה ַײזער פֿול מיט כּל‪-‬טובֿ‪ ,‬װאָס דו האָסט‬
‫ניט אָנגעפֿילט‪ ,‬און אױסגעהאַקטע ברונעמער‪ ,‬װאָס דו האָסט ניט‬
‫אױסגעהאַקט‪ ,‬װ ַײנגערטנער און אײלבערטגערטנער‪ ,‬װאָס דו האָסט‬
‫ניט געפֿלאַנצט‪ ,‬און דו װעסט עסן און זאַט ז ַײן‪ 12 ,‬היט דיך‪ ,‬זאָלסט‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22