Page 16 - Dvorim
P. 16

‫דברים‬

‫‪ 18‬און זאָלסט ניט גלוסטן ד ַײן חבֿרס װ ַײב‪ ,‬און זאָלסט ניט באַגערן‬
‫ד ַײן חבֿרס הױז‪ ,‬ז ַײן פֿעלד‪ ,‬אָדער ז ַײן קנעכט‪ ,‬אָדער ז ַײן דינסט‪ ,‬ז ַײן‬

           ‫אָקס‪ ,‬אָדער ז ַײן אײזל‪ ,‬אָדער װאָס נאָר עס איז ד ַײן חבֿרס‪.‬‬

‫‪ 19‬די דאָזיקע װערטער האָט גאָט גערעדט צו א ַײער גאַנצער‬
‫א ַײנזאַמלונג אױפֿן באַרג‪ ,‬פֿון מיטן פֿ ַײער‪ ,‬װאָלקן‪ ,‬און נעבל‪ ,‬אױף אַ‬
‫הױכן ָקול – און ניט מער; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ‬

                          ‫שטײנערנע לוחות‪ ,‬און האָט זײ מיר געגעבן‪.‬‬

‫‪ 20‬און עס איז געװען‪ ,‬װי איר האָט געהערט דעם ָקול פֿון מיטן דער‬
‫פֿינצטערניש‪ ,‬און דער באַרג האָט געברענט אין פֿ ַײער‪ ,‬אַזױ האָט איר‬
‫גענענט צו מיר‪ ,‬אַלע הױפּטל ַײט פֿון א ַײערע שבֿטים‪ ,‬און א ַײערע‬
‫עלטסטע‪ 21 ,‬און איר האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬יהוה אונדזער גאָט‬
‫האָט אונדז באַװיזן ז ַײן פּראַכט און ז ַײן גרױסקײט‪ ,‬און מיר האָבן‬
‫געהערט ז ַײן ָקול פֿון מיטן פֿ ַײער‪ .‬ה ַײנטיקן טאָג האָבן מיר געזען‪ ,‬װי‬
‫גאָט רעדט מיט אַ מענטשן און ער בל ַײבט לעבן‪ 22 .‬און אַצונד‪ ,‬נאָך‬
‫װאָס זאָלן מיר שטאַרבן? װאָרום דאָס דאָזיקע גרױסע פֿ ַײער װעט‬
‫אונדז פֿאַרצערן; אױב מיר הערן נאָך װ ַײטער דעם ָקול פֿון יהוה‬
‫אונדזער גאָט‪ ,‬װעלן מיר שטאַרבן‪ 23 .‬װאָרום װאָסער גאָר‬
‫באַשעפֿעניש איז דאָ‪ ,‬װאָס האָט געהערט דעם ָקול פֿון לעבעדיקן‬
‫גאָט רעדן פֿון מיטן פֿ ַײער‪ ,‬אַזױ װי מיר‪ ,‬און איז געבליבן לעבן?‬
‫‪ 24‬גענען דו‪ ,‬און הער אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט זאָגן‪ ,‬און‬
‫דו װעסט רעדן צו אונדז אַלץ װאָס יהוה אונדזער גאָט װעט רעדן צו‬

                                     ‫דיר‪ ,‬און מיר װעלן הערן און טאָן‪.‬‬

‫‪ 25‬און גאָט האָט צוגעהערט דעם ָקול פֿון א ַײערע װערטער‪ ,‬װען איר‬
‫האָט גערעדט צו מיר‪ ,‬און גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬איך האָב‬
‫צוגעהערט דעם ָקול פֿון די װערטער פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬װאָס זײ‬
‫האָבן צו דיר גערעדט; ‪ 26‬גוט איז אַלץ װאָס זײ האָבן גערעדט‪.‬‬
‫הלװאַי זאָל ב ַײ זײ ז ַײן דאָס דאָזיקע האַרץ זײערס אַלע טעג‪ ,‬מוֹרא‬
‫צו האָבן פֿאַר מיר‪ ,‬און צו היטן אַלע מ ַײנע געבאָט‪ ,‬כּדי עס זאָל גוט‬
‫ז ַײן זײ און זײערע קינדער אױף אײביק‪ 27 .‬גײ זאָג צו זײ‪ :‬קערט א ַײך‬
‫אום צו א ַײערע געצעלטן‪ 28 .‬און דו שטײ דאָ מיט מיר‪ ,‬און איך װעל‬
‫דיר זאָגן אַלדאָס געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס דו‬
‫זאָלסט זײ לערנען‪ ,‬אַז זײ זאָלן טאָן אין דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ‪,‬‬
‫עס צו אַרבן‪ 29 .‬און איר זאָלט היטן צו טאָן אַזױ װי יהוה א ַײער גאָט‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21