Page 110 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 110

‫הייליג זיי בהתלהבות ‪ -‬מיט קדושת השבת‬
                           ‫וואס זי איז פאראייניגט‪ ,‬צוזאמען‬

                 ‫די שבת מיט די תורה‪ ,‬פון וואו זיי שטאמען‬
                             ‫עפן‪ ,‬פאר זיי‪ ,‬זיסקייט מיט ווילן‬

                  ‫ס'זאל זיך עפענען‪ ,‬די טויערן‪ ,‬אין די הימלן‬

      ‫אוי באשעפער גרויס דו ביסט ‪ -‬ווי שטארק איך גליסט‬
                        ‫א שבת צו פירן ‪ -‬און זיסקייט שפירן‬

            ‫אינאיינעם מיט די שבת טוה איך מיר שטאלצירן‬

‫היה‪ ,‬הוה‪ ,‬דו ביסט פון אלץ דא געווען‪ ,‬און דו ביסט דא יעצט‬
                                   ‫שמור‪ ,‬באהיט און שעטץ‬

      ‫פאר די וואס ווארטן אויף די שבת קודש‪ ,‬אגאנצן צייט‬
             ‫אזוי ווי א אינד‪ ,‬גליסט‪ ,‬פאר וואסער און שרייט‬
                 ‫אזוי אויך‪ ,‬די נפש ישראל ‪ -‬גליסט אן א צאל‬
                            ‫די זיסקייט פון שבת‪ ,‬אנצונעמען‬

           ‫וואס זי איז פאראייניגט‪ ,‬מיט דיין הייליגע‪ ,‬נאמען‬

                                 ‫טוה באשיצן‪ ,‬און ראטעווען‬
                       ‫ווער עס פארלענגערט‪ ,‬רעווא דרעווין‬
              ‫ס'זאל נישט זיין פארשפארט ‪ -‬זייער אפווארט‬
                      ‫פון די השפעות‪ ,‬פונעם שבת באקומען‬
  ‫די זעקס טעג פון וואך‪ ,‬זאלן ווערן מיט דעם‪ ,‬ארום גענומען‬

                         ‫מיט א אמת'דיג הארץ‪ ,‬און ריינקייט‬
                      ‫דיך קענען דינען מיט א באגלייבטקייט‬

      ‫אוי באשעפער גרויס דו ביסט ‪ -‬ווי שטארק איך גליסט‬
             ‫איך וויל אויך פירן ‪ -‬א זיסקייט אין שבת שפירן‬

            ‫אינאיינעם מיט די שבת טוה איך מיר שטאלצירן‬

                                 ‫ביק‬
   105   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115