Page 107 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 107
א געשריי טאטע
אוטערן בלויען הימל ,רוהיג אהן געטומל,
פארט זיך א שיפעלע אמאהל ,פון קובנא קיין ארץ ישראל,
ר' ישעי' ,פון די חבריא ,מיט צוויי קינדערלעך שלמה'לע און לאה,
זיין רעבעצין געפארן פאראויס ,טרעפן פאר זיי א הויז,
אין ישוב הישן זיך זיין משתקע,
דער שיפעלע די קליינע ,אונטער די זון די שיינע,
שוין אדורך רוב וועג כמעט ,מ'קומט שוין אהן אין א קורצע צייט,
פלוצלינג א שטורעם געזונטן ,שרעקליכע שטארקע ווינטען,
די קליינע שיפעל הייבט שוין אהן צו זינקען,
די שיף צושפאלט זיך אויף צוויי ,א יאמעליך געשריי,
מענטשען הייבן אהן זיך דערטרינקען,
ר' ישעי' לאט אפ אלעסדינג,
כאפט די קינדערעך שנעל און פלינק,
אין גרויסן ים ער געט שפרינג,
מיט ביידע קינדער שווימען איז נישט גרינג,
ווינטען ארום און ארום ,כוואליעס אומעטום
ער שרייט און וויינט 'קראתיך ממעקים',
ביי יעדע כוואליע ער טינקט זיך ,די וואסער אין מויל שלינגט זיך,
ער זאגט שוין ווידוי איידער ער זינקט זיך,
צוזאמען מיט די קינדער באלד ער דערטרינקט זיך,
אבער די מחשבה לויפט געשווינד,
אפשר ראטעווע איך כאטש איין קינד,
סאיז א שווערע החלטה ,אבער ער צווינגט זיך,
קט