Page 104 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 104
יעקב אבינו פארשטייט ,ווען קיין מצרים ער גייט,
אז ס'וועט קומען שווערע צייטן ,הייסט ער פאראויס רייטן.
יהודה שלח להורות ,אויף צו בויען תלמיד תורות,
אין זכות פון תורה און יראת שמים,
נאר אזוי זיך האלטן אין מצרים.
פרעה האט מורא ,פון די קינדער'ס תורה,
הייסט ער קינדער לייגן אין די ווענט,
חלילה צו ווערן פארלענט
דער אויבערשטער נעמט באלד,
די קינדערלעך אין וואלד,
זיי זאלן בלייבן ,לעבען וויל איך,
און געט זיי האניג און מילך.
און ביים שפאלטן די ים ,האבן אלע קינדערלעך צוזאם,
זה קלי גע'טוהן אהן ווייזן ,דו האסט אונז געטוהן שפייזן.
די גאנצע וועלט יארן לאנג ,האלט זיך נאר אדאנק,
אין די זכות פון די צאן קדשים ,אם אין גדיים אין תיישים.
אידן מוכן ומזומן ,די תורה צו באקומען,
און דער הייליגער בורא ,ער דארף ערבים פאר זיין תורה.
די ערבים די קליינע ,די נשמה'לעך די ריינע,
די יונגע קינדער אויף זיי איז ,געפאלן דעם גאנצן אחריות.
קו