Page 102 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 102
דאס הארץ זאל אפען זיין
פאר יעדן ארימאן
זיך העלפען זוך איילן
נישט לאזן דעם חבר פאלן
קיינמאל נישט ווערן מיד
א טובה טוהן פאר א יוד
פארגינען און זיך פרייען דערמיט
ווען יענעם גייט גוט
אוי דאס הארץ זאל נישט פארנעמען
ווען דער צווייטער טוט קלעמען
יעדער איד וויאזוי ער איז
דן זיין לכף זכות
באשעפער איך בעהט דיר ,תן ליבנו
מ'זאל נאר זעהן יעדער ,מעלת חבירינו
באשעפער זיסע קוק אריין
אין יעדן אידיש הארץ א פינטעלע פארהאן
א ריינע פינטל ,באהאלטן און פארשטעקט
מיט צרות און דאגות צוגעדעקט
נעמט די צרות אראפ,
וואש דאס פינטעלע אפ,
ס'זאל נישט זיין שווארץ,
ס'זאל גוט זיין אויפן הארץ,
קד