Page 97 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 97

‫אהבת ישראל‬

                         ‫א גרויש אין הימל‪ ,‬עס טוט זיך א טומל‪,‬‬
                                       ‫ווייל אידן האבן זיך פיינט‪,‬‬

                    ‫ס'איז געקומען א צארן‪ ,‬ס'איז חרוב געווארן‪,‬‬
                                               ‫דאס הייליג לאנד‪,‬‬

                   ‫ווען וועט אונז דער אויבערשטער פארטרויען‪,‬‬
                             ‫דאס בית המקדש צוריק אויפבויען‪,‬‬

         ‫דענסט מאהל ווען ס'וועט זיין ביי אידן "אהבת ישראל"‬
              ‫באשעפער דיין פאלק איז דאך ממש רחוק מפנינים‬
                          ‫מען זעהט ביי זיי אזוי פיהל אהבת חנם‬

      ‫בוי שוין אויף דיין הייליג שטוב‪ ,‬קוק ווי אידן האבן זיך ליב‪,‬‬
                        ‫אזוי פיל חסד אהן א צאל‪ ,‬אהבת ישראל‪,‬‬

                      ‫ווען האט נאר ביי זיך א שטיקל פראבלעם‪,‬‬
              ‫און א צווייטער איד ווערט קוים געוואהר פון דעם‪,‬‬
‫אפילו ער קען איהם נישט צו גוט‪ ,‬נאר בלויז ווייל ער איז א יוד‪ ,‬איז‬

                           ‫ער מקיים גלייך אזוי‪" ,‬עזב תעזב עמו"‬
          ‫מיין ברודער אויב ס'איז שווער‪ ,‬עס פאלט דיר א טרער‪,‬‬

                            ‫מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם‪,‬‬
            ‫איך וועל דיר געבען פון אלעם‪" ,‬מבשרך אל תתעלם"‬

                                  ‫כולנו בני איש אחד ! בני השם‪,‬‬
                        ‫קום נענטער צו מיר‪ ,‬ס'איז אפען מיין טיר‪,‬‬

                                 ‫דיין צער איך שטיי און איך זעה‪,‬‬
        ‫איך וועל דיר העלפען אצינד‪ ,‬ווייל דו ביסט א יודיש קינד‪,‬‬

                               ‫כל ישראל ערבים ‪ -‬ערבים זה לזה‪,‬‬
        ‫א יוד מאכט חתונה א קינד‪ ,‬און ער ווארט אויף וואונדער‪,‬‬

                      ‫ער האט ביי זיך אין שטוב נאך צען קינדער‪,‬‬

                                       ‫צט‬
   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101   102