Page 96 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 96

‫ער גייט‪ ,‬ער גייט‪ ,‬פונקט ווי צום טויט‪,‬‬
              ‫ער שטייט שוין ביים טויער ער עפענט איהר ברייט‪,‬‬

                             ‫ער קוקט אריין און זעהט דעם שיין‪,‬‬
                           ‫ער שמעקט די וויין ער וויל שוין אריין‪,‬‬

                                      ‫"אמר רבא! אמר רב פפא!"‬
                          ‫זעט ער איין אותיות פלוצלינג אין וועג‪,‬‬
                         ‫זיי וואונקן‪ ,‬זיי רופן און ריידן מיט שרעק‬
                 ‫"וואס טוט איהר‪ ,‬ר' יעקב‪ ,‬שנעל לויפט אוועק"!‬

   ‫קלאפן פויקן שפילן דזשומבלעס‪ ,‬אויבן אן עס זיצט די כלה‪   ,‬‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                             ‫און בריליאנטן פינקלען ארום איהר‪.‬‬

       ‫און איהר פאטער מיט איהר מוטער און די מחותנים אלע‪,‬‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                               ‫זענען שוין געגאנגען ברענגען דיר‪.‬‬

         ‫און ווייט אויף די הויכע בערג אין דער פונסטערע נאכט‪,‬‬
  ‫קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן מיט די אויגן צוגעמאכט‪.‬‬

                  ‫ביי די זייטן‪ ,‬טיפער אפגרונט אויף'ן קרבן גרייט‪,‬‬
‫יאקאב האט פאר זיי נישט מורא און זיין הארץ איז פול מיט פרייד‪.‬‬

          ‫נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג‪,‬‬
      ‫בעסער דא צושמעטערט ווערן און פון תורה נישט אוועק!‬

        ‫נישט דא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד‪,‬‬
 ‫אז ער גייט נאר אין ג‪-‬ט'ס וועגן‪ ,‬גייט ג‪-‬ט מיט איהם און ער היט‪.‬‬

                                       ‫צח‬
   91   92   93   94   95   96   97   98   99   100   101