Page 93 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 93
און זינגען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט,
ס'האבן די לידער געקלונגען און ווייט זיך געהערט,
ס'פלעגן פיל שאטענס שטיל קומען צו גיין,
שטיין און נישט קענען פארשטיין,
ווער איז ער אט אט דער מאדנער טאדזשיק
ער גיט אויף זיי גארנישט קיין בליק.
ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער האט יאקאב געדענקט,
און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקן האט יאקאב געבענקט
ער בענקט צו זיין טאטען און מאמען אהיים,
צום הייזל צום הויפל צום בוים,
ער בענקט אין ישיבה וואו ער האט פארבראכט
אין לערנען ביי טאג און ביי נאכט,
"אמר רבא"" ,אמר רב פפא"
האט עס אביי גאר אנדערש באטראכט,
א קשיא א נייע האט ער געמאכט,
און האט א ראי' צו דעם געבראכט.
און מהרש"א ,רשב"א ,ריטב"א,
עס לויפן אדורך א שעה נאך א שעה,
רמב"ם ,רמב"ן ,רבינו תם,
נישטא אין דער וועלט נאך קיין בעסערער טעם.
"אמר רב הונא ,סבא הממונא"
האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקלאגט,
געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט
ביז אין דרויסן האט שוין געטאג'ט,
צה