Page 94 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 94

‫שבת קודש אין דעם טיי‪-‬הויז ביים טשייניק טיי איז ער געזעסן‪,‬‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                             ‫מיט טאדזשיקן אלע אויף דער ערד‪.‬‬

‫פון זיין בענקשאפט פון זיין ווייטאג האט ער נישט געקענט‬
                                                       ‫פארגעסן‪,‬‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                    ‫און ס'האט קיינמאל גארנישט אויפגעהערט‪.‬‬

   ‫רופט זיך אן צו איהם דער בעל הבית דער פירער פון זיי אלע  ‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                              ‫איך וויל מיט דיר ריידן צו דער זאך‪.‬‬

‫איך האב א טאכטער יונג און שיין איך וועל דיר געבן פאר א כלה‪,‬‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                                ‫און אויך נדן קריגסטו גאר אסאך‪.‬‬

‫דרייסיק בהמות‪ ,‬פופצן אקסן צוואנציג קליידער‪ ,‬פאר דיין כלה‪,‬‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                            ‫און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט‪,‬‬

           ‫און עס הערן די טאדזשיקן און זיי הויבן אן צו שרייען‬
                                                         ‫יאקאב‪,‬‬

                 ‫"דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלט"!‬

        ‫יאקאב זיצט די קאפ געבויגן און רעדט נישט קיין ווארט‪,‬‬
            ‫ער איז איצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטן ווייטן ארט‪.‬‬
                               ‫ער זעט זיין מאמע בענטשן ליכט‪,‬‬
                                         ‫און זאגט א תחינה מיט‪,‬‬
                              ‫"איי היט מיין יענקעל'ן‪ ,‬בעשעפער‪,‬‬
                                    ‫ער זאל בלייבן דארט א איד"‪.‬‬

                                       ‫צו‬
   89   90   91   92   93   94   95   96   97   98   99