Page 95 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 95

‫יאקאב הויבט זין אויף‪ ,‬און רופט זיך הויך אן‬
                 ‫"איך בין א איד‪ ,‬און איך קען עס נישט טאן!‬

                 ‫מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי‬
          ‫וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי!"‬

                ‫און ס'האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט‪,‬‬
                    ‫צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביינאכט‪,‬‬

               ‫און יאקאב'ן וועט מען אויך ברענגן און באלד‬
                       ‫חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד ‪. . .‬‬

   ‫שטיל דער פארנאכט ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין‪,‬‬
‫ער זיצט און ער טראכט און הויבט שוין אן אלעס פארשטיין‪,‬‬

                    ‫אז זיי וועלן קומען צו איהם אהער באלד‪,‬‬
                             ‫און נעמען אפילו מיט געוואלד‪.‬‬

             ‫מען וועט איהם אנטרינקן מים אפיום מיט וויין‪,‬‬
                                      ‫דאן וועט ער זייער זיין‪,‬‬

     ‫און שיין דער פארנאכט די זון פאר די בערג זי פארגייט‪,‬‬
     ‫ער זיצט און ער ווארט און וידוי ער זאגט שטילערהייט‪.‬‬

                     ‫עס שטייען די בערג מיט די ווייסע קעפ‬
                            ‫און עס פליען זשאּפאלן ניסיעפ‪.‬‬

                    ‫עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק‬
                              ‫און זאגן‪ :‬נישטא דא קיין וועג‪.‬‬

         ‫און פלוצלינג פון ווייטן גענומען האט שפילן מוזיק‪.‬‬
    ‫ער הערט די געשרייען מען פירט שוין די כלה מיט גליק‪.‬‬

       ‫און פונקט ווי פון שלאף כאפט זיך יאקאב שנעל אויף‪,‬‬
                         ‫און הויבט אהן צו גיין צו דעם הויף‪,‬‬

                   ‫ער וועט נאר אריינגיין צו זיך אין געצעלט‬
                             ‫צו נעמען זיין רענצל מיט געלט‪.‬‬

                                  ‫צז‬
   90   91   92   93   94   95   96   97   98   99   100