Page 92 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 92
יאקאב
אין אוזבעקיסטאן ,אויף די בערג פון די דזשאן,
ביים גרעניץ פון אינדיא און אפגאניסטאן.
א דארף איז פארהאן ,וואס זעט נישט קיין באן,
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.
די נאכט אזוי שטיל ,מען הערט נישט קיין טריל,
עס שלאפן שוין דער דערפעל די בערג און די מיל,
און ווייט פון דער וועלט ,מיט וועלדער פארשטעלט,
פארט זיך א טראקטאר א קליינער אין פעלד.
זיצט אויפן טראקטאר א בחור א העלד,
און פירט ווי א שיפל זיין טראקטאר אין פעלד,
"יאקאב דער זינגער" געהייסן האט ער,
און קיינער עס ווייסט נישט פון וואנען און ווער.
פאררויכערט דער פנים פארבוימלט די הענט,
קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט,
פירן דעם טראקטאר פארריכטען איהם פלינק,
פון זומפן ארויסשלעפן איהם אזוי גרינג.
און קיינער אין דארף האט נישט געוואוסט פון זיין סוד,
ווי קומט ער אהער ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט,
ווי וואונדערליך האט איהם דער רוסישער באן,
פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן,
און מיט'ן טראקטאר פארשיקט דא אהער,
צו ארבעטן ביטער און שווער.
צד