Page 98 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 98
ער פילט אז ער טאפט די ווענט ,געלט פון וואנעט מען נעמט,
מען טיט זיך פאר איהם באמיען ,מיט "עזר נשיאים"
יד עזרה מפעל הלבשה געט איהם אלע זאכן,
געלעציאנע אונגארישע כולל אלע מיני גמחים,
ווער איז ער?? פרעגט מען נישט קיין שאלה,
נאר מקיים זיין "הכנסת כלה"
צום חתונה קומט ער ווי א מלך ,ליסטיג און פרייליך,
מיין ברודער אויב ס'איז שווער ,עס פאלט דיר א טרער,
מאך אויף דיינע הענטעלעך און נעם,
איך וועל דיר געבען פון אלעם" ,מבשרך אל תתעלם"
כולנו בני איש אחד ! בני השם,
קום נענטער צו מיר ,ס'איז אפען מיין טיר,
דיין צער איך שטיי און איך זעה,
איך וועל דיר העלפען אצינד ,ווייל דו ביסט א יודיש קינד,
כל ישראל ערבים -ערבים זה לזה,
א איד האט צער און איז ל"ע נישט געזונט,
חברת הצלה לויפט צו איהם באלד געשווינד,
צו העלפען ווערן זיי נישט אפ געשוואכט,
שפעט אינמיטן די נאכט,
שבת ,יום טוב ,און יום כיפור ,לא יאומן כי יסופר,
"חברת ביקור חולים" לויפט ארום אין די שפיטעלער,
ארויס צו העלפן יעדן קראנקען מיט זיין פעלער,
זיך זארגען פאר זייער אינטרעסן,
צו ברענגען צו טרינקן און צו עסן,
מען ווינשט איהם א רפואה שלמה ,בקרוב במהרה.
מיין ברודער אויב ס'איז שווער ,עס פאלט דיר א טרער,
ק