Page 105 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 105
ווען מען האט דעם משכן באקריגען,
אין דעם ארון לוחות ליגן,
מיט כרובים העכער דעם ארון,
פון קינדער א בילד א קלארן.
דאס איז דער גרעסטער יחוס ,קינדער לעבן לוחות,
די תורה זענען זיי משיג ,און לערנען זייער פלייסיג.
מרדכי הצדיק גייט גראד ,מיט אלע קינדערלעך פון שטאט,
זיי וויינען און פאסטן טאג און נאכט,
די טויערן זאלן ווערן אויף געמאכט,
מאמעס קומען מיט געוויין ,קינדער עסן מוזט עטץ גיין,
זיי ענטפערן פון גרויס ביז קליין ,ניין מאמע ניין!
דער באשעפער פרעגט שוין ,מה קול הצאן?
געוויינען פון שעפעלעך איך הער ,ווער זענען זיי ,ווער?
די מלאכים וויינען מיט ,אוי באשעפער דו ווייסט גוט,
דאס זענען קליינע קינדער ,אן א צאל,
וואס האבן נישט געזונדיגט קיינמאל!.
אין זייער זכות ,העלפן אידעלעך מען מוז,
ליהודים היתה אורה ,אין זכות פון זייער תורה.
די גאנצע וועלט יארן לאנג ,האלט זיך נאר אדאנק,
אין זכות פון די צאן קדשים ,אם אין גדיים אין תיישים.
קז