Page 106 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 106

‫ס'וועט בלייבן אין זכרון‪ ,‬נאך די מלחמה יארן‪,‬‬
‫אידן איבעראל פארטריבן‪ ,‬מען איז קוים לעבן געבליבן‪.‬‬

  ‫די רשעים די געמיינע‪ ,‬ווען מ'זעהט א קינד א קליינע‪,‬‬
‫גלייך צו זיך געגעבן א נעם‪ ,‬און געשיקט אויף קידוש השם‪.‬‬

          ‫ס'האט זיך געמאכט‪ ,‬שמחת תורה ביינאכט‪,‬‬
‫די מלחמה איז געווארן שטיל‪ ,‬אפאר אידן גייען אין שול‪.‬‬

 ‫די שול כמעט חרוב אינגאנצן‪ ,‬הקפות ווילן זיי טאנצן‪,‬‬
                  ‫די ארון קודש שטייט אויף איר ארט‪,‬‬
                            ‫זיי לויפן גלייך אהין דארט‪.‬‬

‫עס פאלט א פחד און מורא‪ ,‬עס איז נישט דא קיין ספר תורה‪,‬‬
                   ‫די רשעים האבן אלעס פארברענט‪,‬‬

        ‫עס איז נישט דא וואס צו האלטן אין די הענט!‬
            ‫זיי שרייען געוואלד! זיי זעהן אבער באלד!‬

‫ביים טיר א לעכטיגן געשטאלט‪ ,‬א קינד אפאר יאר אלט‪.‬‬

           ‫זיי לויפן געשווינד‪ ,‬זיי הייבן אויף דאס קינד‪,‬‬
‫טרערן פון די אויגן רינען‪ ,‬א לעבעדיגע ספר מ'האט געפונען!‬

           ‫די קליינע נשמה‪ ,‬איז די איינצוגסטע נחמה‪,‬‬
‫לאמיר טאנצן אלע אויף אמאל‪ ,‬מיט'ן עתיד פון כלל ישראל‪.‬‬

        ‫בכל מקומות מושבותיהם‪ ,‬אין העולם מתקיים‪,‬‬
‫די וועלט קען נאר שטיין בלייבן‪ ,‬בזכות תינוקות של בית רבן!‬

    ‫די גאנצע וועלט יארן לאנג‪ ,‬האלט זיך נאר אדאנק‪,‬‬
‫אין זכות פון די צאן קדשים‪ ,‬אם אין גדיים אין תיישים!‬

                                       ‫קח‬
   101   102   103   104   105   106   107   108   109   110   111