Page 108 - ZMIROT - VIZNIK VEC
P. 108
מיט טרערעלך אהן א שיעור ,זאגט ווער איז פריער?,
אין גמרא שטיייט אז קודם איז א זוהן,
ווייל א יונגעל האט מער מצוות צו טוהן,
לאה'לה זאגט נעשה ונשמע ,טאטע ליין מיט מיר קריאת שמע,
שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד!
ער לאזט די טאכטערל אפ ,זי גליטש זיך צוביסלעך אראפ,
זי ציטערט צו בלייבען אין דעם קאלטן ים אליין
ער וויינט מיט איר מיט ,ס'איז א שווערע מינוט,
שוין דאס לעצטע פינגערל פאלט באלד אין וואסער אריין,
זי געט א שריי "טאטע" ,ליבער טאטע!,
ווי קענסטו מיר איבערלאזן דא? ,ראטעווע מיך אויך טאטע'ניו!,
פון איר געשריי "טאטע" ,לאז מיר נישט פאלן למטה,
באקומט ער כח בהאי שעתא,
ווען ער איז געווארן שוואך ,זיך דערמאנט גלייך,
דער טיפער געשריי טאטע,
דאס האט איהם די כח געגעבן ,צו ראטעווען זייער לעבן,
אויף קיין איין קינד נישט צו זיין מוותר,
מ'איז אנגעקומען צום ברעג ,ר' ישעי' פאלט אוועק,
און די קינדער כאפן א שרעק ,זיי פרובען איהם געבן א-וועק,
ער ליגט דארט מיט חלשות ,די קינדער פיל מיט חששות,
ס'זעהט זיי אויס סכנות נפשות,
ענדליך ער עפענט די אויגן ,לאל'ה שטייט געבויגן,
זי נעמט איהם ארום און זאגט יישר כח,
ר' ישעי' זאגט -ניין ,האסט דיך געראטעוועט אליין,
מיט דעם וואס די האסט געשריגען טאטע הויך,
קי