Page 44 - Shoftim
P. 44

‫שופֿטים‬

‫מיט זיבן פֿרישע בױגנשטריק װאָס ז ַײנען נאָך ניט א ַײנגעטריקנט‬
‫געװאָרן‪ ,‬װעל איך אָפּגעשלאַפֿט װערן‪ ,‬און װעל ז ַײן װי אַ‬

                                               ‫געװױנטלעכער מענטש‪.‬‬

‫‪ 8‬האָבן די פֿירשטן פֿון די פּ ִלשתּים איר אַרױפֿגעבראַכט זיבן פֿרישע‬
‫בױגנשטריק װאָס ז ַײנען נאָך ניט א ַײנגעטריקנט געװאָרן‪ ,‬און זי האָט‬
‫אים געבונדן מיט זײ‪ 9 .‬און לױערער ז ַײנען געזעסן ב ַײ איר אין‬
‫קאַמער‪ .‬האָט זי אַ זאָג געטאָן צו אים‪ :‬פּ ִלשתּים ז ַײנען אױֿף דיר‪,‬‬
‫שמשון! האָט ער צעריסן די בױגנשטריק אַזױ װי עס צער ַײסט זיך אַ‬
‫צװערן פֿון פֿלאַקסשטרױ‪ ,‬אַז ער דערשמעקט פֿ ַײער‪ .‬און ז ַײן כּוח איז‬

                                                ‫ניט דערװוּסט געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט דלילה געזאָגט צו שמשונען‪ :‬זע‪ ,‬דו האָסט געשפּעט פֿון‬
‫מיר‪ ,‬און האָסט מיר געזאָגט ליגנס‪ .‬אַצונד‪ ,‬זאָג מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫מיט װאָס דו קענסט געבונדן װערן? ‪ 11‬האָט ער צו איר געזאָגט‪:‬‬
‫אױב בינדן זאָל מען מיך בינדן מיט נ ַײע שטריק װאָס מיט זײ איז ניט‬
‫געטאָן געװאָרן קײן אַרבעט‪ ,‬װעל איך אָפּגעשלאַפֿט װערן‪ ,‬און װעל‬

                                     ‫ז ַײן װי אַ געװױנטלעכער מענטש‪.‬‬

‫‪ 12‬האָט דלילה גענומען נ ַײע שטריק‪ ,‬און האָט אים געבונדן מיט זײ‪,‬‬
‫און זי האָט אַ זאָג געטאָן צו אים‪ :‬פּ ִלשתּים ז ַײנען אױֿף דיר‪ ,‬שמשון!‬
‫און לױערער ז ַײנען געזעסן אין קאַמער‪ .‬האָט ער זײ צעריסן פֿון ז ַײנע‬

                                             ‫אָרעמס אַזױ װי אַ פֿאָדים‪.‬‬

‫‪ 13‬האָט דלילה געזאָגט צו שמשונען‪ :‬ביז אַהער האָסטו געשפּעט פֿון‬
‫מיר און האָסט מיר געזאָגט ליגנס; זאָג מיר מיט װאָס דו קענסט‬
‫געבונדן װערן‪ .‬האָט ער צו איר געזאָגט‪ :‬אַז דו װעסט א ַײנװעבן די‬

                          ‫זיבן פֿלעכטן פֿון מ ַײן קאָפּ מיט דעם געװעב‪.‬‬

‫‪ 14‬האָט זי זײ באַפֿעסטיקט מיטן פֿלעקל‪ ,‬און האָט אַ זאָג געטאָן צו‬
‫אים‪ :‬פּ ִלשתּים ז ַײנען אױֿף דיר‪ ,‬שמשון! האָט ער זיך אױפֿגעכאַפּט‬
‫פֿון ז ַײן שלאָֿף‪ ,‬און האָט אַרױסגעריסן דאָס װעבפֿלעקל און דאָס‬

                                                                 ‫געװעב‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט זי צו אים געזאָגט‪ :‬װי קענסטו זאָגן‪ :‬איך האָב דיך ליב‪ ,‬אַז‬
‫ד ַײן האַרץ איז ניט מיט מיר? שױן דר ַײ מאָל האָסטו געשפּעט פֿון‬
‫מיר‪ ,‬און האָסט מיר ניט געזאָגט מיט װאָס ד ַײן כּוח איז גרױס‪16 .‬‬
   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49