Page 40 - Shoftim
P. 40
שופֿטים
אױב זאָגן װעט איר עס מיר זאָגן אין די זיבן טעג פֿון דעם מאָלצ ַײט,
און װעט טרעפֿן ,װעל איך א ַײך געבן דר ַײסיק ל ַײנענע טיכער און
דר ַײסיק גאַנג קלײדער 13 .אױב אָבער איר װעט מיר ניט קענען
זאָגן ,זאָלט איר מיר געבן דר ַײסיק ל ַײנענע טיכער און דר ַײסיק גאַנג
קלײדער .האָבן זײ צו אים געזאָגט :ראָט ד ַײן רעטעניש ,און לאָמיר
זי הערן 14 .האָט ער צו זײ געזאָגט:
פֿון עסער איז אַרױס אַן עסן,
און פֿון שטאַרקן איז אַרױס אַ זיסער.
האָבן זײ דר ַײ טעג ניט געקענט זאָגן די רעטעניש 15 .און עס איז
געװען אױפֿן זיבעטען טאָג ,האָבן זײ געזאָגט צו שמשונס װ ַײב :רעד
איבער ד ַײן מאַן ער זאָל אונדז אױסזאָגן די רעטעניש ,אַניט װעלן
מיר פֿאַרברענען דיך און ד ַײן פֿאָטערס הױז מיט פֿ ַײער .האָט איר
אונדז גערופֿן כּדי אונדז צו ירשען? צי נײן? 16האָט שמשונס װ ַײב
געװײנט פֿאַר אים ,און האָט געזאָגט :ס ַײדן האָסט מיך פֿ ַײנט און ניט
ליב .האָסט די רעטעניש געראָטן צו די קינדער פֿון מ ַײן פֿאָלק ,און
מיר האָסטו ניט אױסגעזאָגט .האָט ער צו איר געזאָגט :זע ,מ ַײן
טאַטן און מ ַײן מאַמען האָב איך ניט אױסגעזאָגט ,און דיר זאָל איך
אױסזאָגן? 17האָט זי געװײנט פֿאַר אים די זיבן טעג װאָס ב ַײ זײ איז
געװען דער מאָלצ ַײט .און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג ,האָט ער
איר אױסגעזאָגט ,װ ַײל זי האָט אים צוגעדריקט; און זי האָט
אױסגעזאָגט די רעטעניש צו די קינדער פֿון איר פֿאָלק 18 .און די
מענטשן פֿון שטאָט האָבן געזאָגט צו אים אױפֿן זיבעטן טאָג ,אײדער
די זון איז אונטערגעגאַנגען:
װאָס איז זיסער פֿון האָניק?
און װאָס איז שטאַרקער פֿון אַ לײב?
האָט ער צו זײ געזאָגט:
װען איר װאָלט מיט מ ַײן קאַלב ניט געאַקערט,
װאָלט איר מ ַײן רעטעניש ניט געטראָפֿן.
19און אַ ג ַײסט פֿון גאָט איז געקומען אױֿף אים ,און ער האָט
אַראָפּגענידערט קײן אַשקלון ,און האָט געשלאָגן פֿון זײ דר ַײסיק
מאַן ,און צוגענומען זײער אױסטו; און ער האָט אָפּגעגעבן די גאַנגן