Page 43 - Shoftim
P. 43

‫שופֿטים‬

‫‪ 18‬און ער איז געװאָרן זײער דאָרשטיק‪ ,‬און ער האָט גערופֿן צו גאָט‪,‬‬
‫און האָט געזאָגט‪ :‬דו האָסט געגעבן דורך דער האַנט פֿון ד ַײן קנעכט‬
‫די דאָזיקע גרױסע ישועה‪ ,‬און אַצונד װעל איך שטאַרבן פֿון דאָרשט‪,‬‬
‫און װעל אַר ַײנפֿאַלן אין דער האַנט פֿון די אומבאַשניטענע‪ 19 .‬האָט‬
‫גאָט אױפֿגעשפּאָלטן דעם אױסגעהױלטן אָרט װאָס אין לחי‪ ,‬און עס‬
‫איז אַרױס פֿון אים װאַסער; און ער האָט געטרונקען‪ ,‬און האָט‬
‫אָפּגעכאַפּט דעם אָטעם‪ ,‬און אָפּגעלעבט‪ .‬דרום האָט מען גערופֿן ז ַײן‬

         ‫נאָמען עין‪-‬הקורא‪ ,‬װאָס איז אין לחי ביז אױֿף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 20‬און ער האָט געמשפּט ישׂראל אין די טעג פֿון די פּ ִלשתּים‬
                                                         ‫צװאַנציק יאָר‪.‬‬

‫‪ 1‬און שמשון איז געגאַנגען קײן עזה‪ ,‬און האָט דאָרטן געזען‬

‫אַ פֿרױ אַ זונה‪ ,‬און איז צו איר געקומען‪] 2 .‬האָט מעןטז‬

‫אָנגעזאָגט[ די עזהער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬שמשון איז געקומען אַהער‪.‬‬
‫האָבן זײ אַרומגערינגלט‪ ,‬און געלױערט אױֿף אים אַ גאַנצע נאַכט‬
‫ב ַײם טױער פֿון שטאָט‪ ,‬און זײ האָבן זיך פֿאַרט ַײעט אַ גאַנצע נאַכט‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬ביזן ליכט פֿון פֿרימאָרגן װעלן מיר אים הרגען‪ 3 .‬און‬
‫שמשון איז געשלאָפֿן ביז האַלבע נאַכט‪ ,‬און אין האַלבע נאַכט איז‬
‫ער אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט אָנגענומען די טירן פֿון דעם‬
‫שטאָטטױער‪ ,‬און די בײדע ב ַײשטידלעך‪ ,‬און האָט זײ אַרױסגעריסן‬
‫מיטן ריגל‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן אױֿף ז ַײנע אַקסלען‪ ,‬און האָט זײ‬

          ‫אַרױפֿגעטראָגן אױפֿן שפּיץ פֿון דעם באַרג װאָס פֿאַר חבֿרון‪.‬‬

‫‪ 4‬און עס איז געװען נאָך דעם‪ ,‬האָט ער ליב געקראָגן אַ פֿרױ אין‬
‫טאָל שׂורק‪ ,‬װאָס איר נאָמען איז געװען דלילה‪ 5 .‬ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען צו איר די פֿירשטן פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און האָבן צו איר‬
‫געזאָגט‪ :‬רעד אים איבער‪ ,‬און זע מיט װאָס ז ַײן כּוח איז גרױס‪ ,‬און‬
‫מיט װאָס מיר קענען אים ב ַײקומען‪ ,‬און אים בינדן כּדי אים צו‬
‫פּ ַײניקן; און מיר װעלן דיר איטלעכער געבן טױזנט מיט הונדערט‬

                                                          ‫זילבערשטיק‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט דלילה געזאָגט צו שמשונען‪ :‬זאָג מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬מיט‬
‫װאָס ד ַײן כּוח איז גרױס‪ ,‬און מיט װאָס דו קענסט געבונדן װערן דיך‬
‫צו פּ ַײניקן‪ 7 .‬האָט שמשון צו איר געזאָגט‪ :‬אַז מע זאָל מיך בינדן‬
   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48