Page 38 - Shoftim
P. 38
שופֿטים
שטאַרק געטראַנק זאָל זי ניט טרינקען ,און קײן אומרײנקײט זאָל זי
ניט עסן; אַלץ װאָס איך האָב איר באַפֿױלן זאָל זי אָפּהיטן.
15האָט מנוח געזאָגט צו דעם מלאך פֿון גאָט :לאָמיר ,איך בעט דיך,
דיך פֿאַרהאַלטן ,און מיר װעלן מאַכן פֿאַר דיר אַ ציגנבעקל 16 .האָט
דער מלאך פֿון גאָט געזאָגט צו מנוחן :אַפֿילו דו װעסט מיך
פֿאַרהאַלטן ,װעל איך ניט עסן פֿון ד ַײן שפּ ַײז; אױב אָבער דו װילסט
מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער ,זאָלסטו עס אױפֿברענגען צו גאָט .װאָרום
מנוח האָט ניט געװוּסט אַז דאָס איז אַ מלאך פֿון גאָט 17 .און מנוח
האָט געזאָגט צו דעם מלאך פֿון גאָט :װאָס איז ד ַײן נאָמען ,כּדי אַז
ד ַײן װאָרט װעט אָנקומען ,זאָלן מיר דיר אָנטאָן כּבֿוד 18 .האָט דער
מלאך פֿון גאָט צו אים געזאָגט :נאָך װאָס דען פֿרעגסטו אױֿף מ ַײן
נאָמען ,אַז ער איז פֿאַרהױלן? 19האָט מנוח גענומען דאָס ציגנבעקל
און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער ,און האָט אױפֿגעבראַכט אױֿף דעם פֿעלז פֿאַר
גאָט; און דער ]מלאך[ האָט געטאָן װוּנדערלעך ,און מנוח און ז ַײן
װ ַײב האָבן צוגעזען 20 .װאָרום עס איז געװען ,װי די פֿלאַם איז
אױפֿגעגאַנגען פֿון מזבח צום הימל ,אַזױ איז דער מלאך פֿון גאָט
אױפֿגעגאַנגען מיט דער פֿלאַם פֿון מזבח .און מנוח און ז ַײן װ ַײב
האָבן דאָס געזען ,און זײ ז ַײנען געפֿאַלן אױֿף זײער פּנים צו דער
ערד.
21און דער מלאך פֿון גאָט האָט זיך מער ניט באַװיזן צו מנוחן און
צו ז ַײן װ ַײב .דענצמאָל האָט מנוח געװוּסט ,אַז דאָס איז געװען אַ
מלאך פֿון גאָט.
22און מנוח האָט געזאָגט צו ז ַײן װ ַײב :שטאַרבן װעלן מיר
שטאַרבן ,װאָרום גאָט האָבן מיר געזען 23 .האָט ז ַײן װ ַײב צו אים
געזאָגט :אַז גאָט װאָלט אונדז געװאָלט טײטן ,װאָלט ער ניט
אָנגענומען פֿון אונדזער האַנט אַ בראַנדאָפּפֿער און אַ שפּ ַײזאָפּפֿער,
און װאָלט אונדז ניט באַװיזן דאָס אַלץ ,און װאָלט אונדז אַצונד ניט
אָנגעזאָגט אַזױ-װאָס 24 .און די פֿרױ האָט געבאָרן אַ זון ,און זי האָט
גערופֿן ז ַײן נאָמען שמשון .און דער י ִינגל איז געװאַקסן ,און גאָט
האָט אים געבענטשט 25 .און דער ג ַײסט פֿון גאָט האָט אָנגעהױבן צו
שלאָגן אין אים ,אין מחנהָ -דן ,צװישן צרעה און צװישן אשתּאול.