Page 37 - Shoftim
P. 37

‫שופֿטים‬

‫און אַצונד‪ ,‬היט זיך אַקאָרשט‪ ,‬און זאָלסט ניט טרינקען װ ַײן אָדער‬
‫שטאַרק געטראַנק‪ ,‬און ניט עסן קײן אומרײנס‪ 5 .‬װאָרום זע‪ ,‬דו‬
‫װערסט טראָגעדיק‪ ,‬און געבערסט אַ זון; און אַ שערמעסער זאָל ניט‬
‫אַרױפֿגײן אױֿף ז ַײן קאָפּ‪ ,‬װאָרום אַ נזיר פֿון גאָט זאָל דער י ִינגל ז ַײן‬
‫פֿון מוטערל ַײב אָן; און ער װעט אָנהײבן העלפֿן ישׂראל פֿון דער‬

                                                 ‫האַנט פֿון די פּ ִלשתּים‪.‬‬

‫‪ 6‬און די פֿרױ איז געקומען‪ ,‬און האָט געזאָגט צו איר מאַן‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬אַ געטלעכער מאַן איז געקומען צו מיר‪ ,‬און ז ַײן אױסזען איז‬
‫געװען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מלאך פֿון גאָט‪ ,‬מוראדיק זײער;‬
‫און ניט איך האָב אים געפֿרעגט פֿון װאַנען ער איז‪ ,‬און ניט ער האָט‬
‫מיר געזאָגט ז ַײן נאָמען‪ 7 .‬אָבער ער האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬דו‬
‫װערסט טראָגעדיק‪ ,‬און געבערסט אַ זון; און אַצונד‪ ,‬זאָלסטו ניט‬
‫טרינקען װ ַײן אָדער שטאַרק געטראַנק‪ ,‬און ניט עסן קײן‬
‫אומרײנקײט‪ ,‬װאָרום אַ נזיר פֿון גאָט זאָל דער י ִינגל ז ַײן פֿון‬

                            ‫מוטערל ַײב אָן ביז דעם טאָג פֿון ז ַײן טױט‪.‬‬

‫‪ 8‬האָט מנוח מתפּלל געװען צו גאָט‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫גאָט‪ ,‬זאָל דער געטלעכער מאַן‪ ,‬װאָס דו האָסט געשיקט‪ ,‬װידער‬
‫קומען צו אונדז‪ ,‬אונדז לערנען װאָס מיר זאָלן טאָן צו דעם יִינגל‬

                                              ‫װאָס װעט געבאָרן װערן‪.‬‬

‫‪ 9‬און גאָט האָט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון מנוחן‪ ,‬און דער מלאך‬
‫פֿון גאָט איז װידער געקומען צו דער פֿרױ‪ ,‬װי זי איז געזעסן אין‬
‫פֿעלד; און מנוח איר מאַן איז ניט געװען לעבן איר‪ 10 .‬האָט די פֿרױ‬
‫געא ַײלט און איז געלאָפֿן‪ ,‬און האָט דערצײלט איר מאַן‪ ,‬און האָט צו‬
‫אים געזאָגט‪ :‬אָן האָט זיך באַװיזן צו מיר דער מאַן װאָס איז‬
‫געקומען צו מיר אין יענעם טאָג‪ 11 .‬איז מנוח אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און‬
‫איז געגאַנגען נאָך ז ַײן װ ַײב‪ ,‬און ער איז געקומען צו דעם מאַן‪ ,‬און‬
‫האָט צו אים געזאָגט‪ :‬ביסט דו דער מאַן װאָס האָט גערעדט צו דער‬
‫פֿרױ? האָט ער געזאָגט‪ :‬איך‪ 12 .‬האָט מנוח געזאָגט‪ :‬אַצונד אַז ד ַײן‬
‫װאָרט װעט אָנקומען‪ ,‬װאָס זאָל ז ַײן דער שטײגער מיטן י ִינגל‪ ,‬און‬
‫װאָס טאָן צו אים? ‪ 13‬האָט דער מלאך פֿון גאָט געזאָגט צו מנוחן‪:‬‬
‫פֿון אַלץ װאָס איך האָב אָנגעזאָגט דער פֿרױ‪ ,‬זאָל זי זיך היטן‪ 14 .‬פֿון‬
‫אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון װ ַײנשטאָק‪ ,‬זאָל זי ניט עסן‪ ,‬און װ ַײן און‬
   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42