Page 32 - Shoftim
P. 32

‫שופֿטים‬

‫פֿון דער װ ַײב ז ַײנען גרױס געװאָרן‪ ,‬און זײ האָבן אַרױסגעטריבן‬
‫יפֿתּחן‪ ,‬און האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬װעסט ניט ירשען אין אונדזער‬
‫פֿאָטערס הױז‪ ,‬װאָרום דו ביסט דער זון פֿון אַן אַנדער פֿרױ‪ 3 .‬איז‬
‫יפֿתּח אַנטלאָפֿן פֿון ז ַײנע ברידער‪ ,‬און האָט זיך באַזעצט אין לאַנד‬
‫טובֿ‪ ,‬און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן אַרום יפֿתּחן נישטיקע ל ַײט‪ ,‬און‬

                                   ‫זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען מיט אים‪.‬‬

‫‪ 4‬און עס איז געװען אין טעג אַרום‪ ,‬האָבן די קינדער פֿון עמון‬
‫מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל‪ 5 .‬איז‪ ,‬װען די קינדער פֿון עמון האָבן‬
‫מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל‪ ,‬אַזױ ז ַײנען געגאַנגען די עלטסטע פֿון‬
‫גלעד צו ברענגען יפֿתּחן פֿון לאַנד טובֿ‪ 6 .‬און זײ האָבן געזאָגט צו‬
‫יפֿתּחן‪ :‬קום און װעסט אונדז ז ַײן פֿאַר אַ פֿירער‪ ,‬און מיר װעלן‬
‫מלחמה האַלטן אַקעגן די קינדער פֿון עמון‪ 7 .‬האָט יפֿתּח געזאָגט צו‬
‫די עלטסטע פֿון גלעד‪ :‬איר האָט דאָך מיך פֿ ַײנט געהאַט‪ ,‬און מיך‬
‫פֿאַרטריבן פֿון מ ַײן פֿאָטערס הױז‪ ,‬ה ַײנט פֿאַר װאָס ז ַײט איר געקומען‬
‫צו מיר אַצונד װען א ַײך האָט צוגעדריקט? ‪ 8‬האָבן די עלטסטע פֿון‬
‫גלעד געזאָגט צו יפֿתּחן‪ :‬דרום האָבן מיר זיך אומגעקערט צו דיר‬
‫אַצונד‪ ,‬אַז דו זאָלסט גײן מיט אונדז‪ ,‬און מלחמה האַלטן מיט די‬
‫קינדער פֿון עמון‪ ,‬און װערן ב ַײ אונדז פֿאַר אַ הױפּט איבער אַלע‬
‫באַװױנער פֿון גלעד‪ 9 .‬האָט יפֿתּח געזאָגט צו די עלטסטע פֿון גלעד‪:‬‬
‫אױב איר קערט מיך אום‪ ,‬מלחמה צו האַלטן מיט די קינדער פֿון‬
‫עמון‪ ,‬און גאָט װעט זײ איבערגעבן צו מיר‪ ,‬זאָל איך בל ַײבן ב ַײ א ַײך‬
‫פֿאַר אַ הױפּט‪ 10 .‬האָבן די עלטסטע פֿון גלעד געזאָגט צו יפֿתּחן‪:‬‬
‫גאָט זאָל ז ַײן אַ צוהערער צװישן אונדז‪ ,‬אױב מיר װעלן ניט טאָן אַזױ‬
‫װי ד ַײן װאָרט! ‪ 11‬איז יפֿתּח געגאַנגען מיט די עלטסטע פֿון גלעד‪,‬‬
‫און דאָס פֿאָלק האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ הױפּט און פֿאַר אַ פֿירער‬
‫איבער זײ‪ .‬און יפֿתּח האָט גערעדט אַלע ז ַײנע רײד פֿאַר גאָט אין‬

                                                                 ‫ִמצפּה‪.‬‬

‫‪ 12‬און יפֿתּח האָט געשיקט שלוחים צו דעם מלך פֿון די קינדער פֿון‬
‫עמון‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס האָסטו צו מיר‪ ,‬װאָס דו ביסט געקומען צו‬
‫מיר מלחמה צו האַלטן אױֿף מ ַײן לאַנד? ‪ 13‬האָט דער מלך פֿון די‬
‫קינדער פֿון עמון געזאָגט צו יפֿתּחס שלוחים‪ :‬װ ַײל ישׂראל האָט‬
‫צוגענומען מ ַײן לאַנד‪ ,‬װען ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון מצרים‪ ,‬פֿון‬

  ‫אַרנון און ביזן יבק און ביזן ירדן‪ .‬און אַצונד קער זײ אום אין פֿריד‪.‬‬
   27   28   29   30   31   32   33   34   35   36   37