Page 27 - Shoftim
P. 27

‫שופֿטים‬

‫און האָט געהרגעט ז ַײנע זין‪ ,‬זיבעציק מאַן‪ ,‬אױֿף אײן שטײן‪ ,‬און‬
‫געמאַכט אבֿימלך דעם זון פֿון ז ַײן דינסט פֿאַר אַ מלך איבער די‬
‫מענער פֿון ש ֶכם‪ ,‬װ ַײל ער איז א ַײערער אַ ברודער – ‪ 19‬איז‪ ,‬אױב‬
‫איר האָט זיך מיט אמת און מיט ערלעכקײט באַגאַנגען מיט ירובעלן‬
‫און מיט ז ַײן הױז ה ַײנטיקן טאָג‪ ,‬פֿרײט זיך מיט אבֿימלכן‪ ,‬און זאָל ער‬
‫זיך פֿרײען מיט א ַײך‪ 20 .‬אױב אָבער ניט‪ ,‬זאָל אַרױסגײן אַ פֿ ַײער פֿון‬
‫אבֿימלכן‪ ,‬און פֿאַרצערן די מענער פֿון ש ֶכם און ֵבית‪-‬מלוא; און זאָל‬
‫אַרױסגײן אַ פֿ ַײער פֿון די מענער פֿון ש ֶכם און ֵבית‪-‬מלוא‪ ,‬און‬

                                                    ‫פֿאַרצערן אבֿימלכן‪.‬‬

‫‪ 21‬און יותם איז אַנטרונען געװאָרן; און ער איז אַנטלאָפֿן און איז‬
‫אַװעק קײן ב ֵאר‪ ,‬און איז דאָרטן געזעסן פֿון װעגן ז ַײן ברודער‬

                                                              ‫אבֿימלכן‪.‬‬

‫‪ 22‬און אבֿימלך האָט געהערשט איבער ישׂראל דר ַײ יאָר‪ 23 .‬אָבער‬
‫גאָט האָט אָנגעשיקט אַ בײז געמיט צװישן אבֿימלכן און צװישן די‬
‫מענער פֿון ש ֶכם‪ ,‬און די מענער פֿון ש ֶכם האָבן געפֿעלשט אָן‬
‫אבֿימלכן‪ 24 – .‬כּדי דאָס אומרעכט אַקעגן די זיבעציק זין פֿון‬
‫ירובעלן זאָל אױסגײן‪ ,‬און זײער בלוט אַרױפֿצוטאָן‪ ,‬אױֿף זײער‬
‫ברודער אבֿימלכן װאָס האָט זײ געהרגעט‪ ,‬און אױֿף די מענער פֿון‬
‫ש ֶכם װאָס האָבן געשטאַרקט ז ַײנע הענט צו הרגען ז ַײנע ברידער‪–.‬‬
‫‪ 25‬און די מענער פֿון ש ֶכם האָבן געשטעלט לױערער אױֿף אים‪ ,‬אױֿף‬
‫די שפּיצן בערג‪ ,‬און זײ האָבן באַרױבט איטלעכן װאָס איז‬
‫פֿאַרב ַײגעגאַנגען אױפֿן װעג; און עס איז דערצײלט געװאָרן אבֿימלכן‪.‬‬

‫‪ 26‬און געל דער זון פֿון עבֿדן איז געקומען מיט ז ַײנע ברידער‪ ,‬און זײ‬
‫ז ַײנען אַריבער אין ש ֶכם‪ .‬און די מענער פֿון ש ֶכם האָבן זיך‬
‫א ַײנגעגלױבט אין אים‪ 27 .‬און זײ ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד‪,‬‬
‫און האָבן געהאַרבסט זײערע װ ַײנגערטנער און געקעלטערט‪ ,‬און‬
‫געמאַכט אַ ָיום‪-‬טובֿ‪ ,‬און זײ ז ַײנען געגאַנגען אין הױז פֿון זײער גאָט‪,‬‬
‫און האָבן געגעסן און געטרונקען‪ ,‬און געשאָלטן אבֿימלכן‪ 28 .‬און‬
‫געל דער זון פֿון עבֿדן האָט געזאָגט‪ :‬װער איז אבֿימלך‪ ,‬און װער איז‬
‫ש ֶכם‪ ,‬אַז מיר זאָלן אים דינען? איז ער ניט דער זון פֿון ירובעלן‪ ,‬און‬
‫זבֿול ז ַײן אױפֿזעער? דינט מענטשן פֿון חמור דעם פֿאָטער פֿון ש ֶכם;‬
‫אָבער פֿאַר װאָס זאָלן מיר אים דינען? ‪ 29‬און הלװאי גיט װער דאָס‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32