Page 23 - Shoftim
P. 23
שופֿטים
7האָט גדעון געזאָגט :דערפֿאַר אַז גאָט װעט געבן זבֿחן און צלמונען
אין מ ַײן האַנט ,װעל איך דרעשן א ַײער ל ַײב מיט דערנער פֿון מדבר
און מיט שטעכיקע ריטער.
8און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן פּנואל ,און האָט צו זײ
גערעדט דעסט גל ַײכן; האָבן אים די מענטשן פֿון פּנואל געענטפֿערט
אַזױ װי די מענטשן פֿון סוכּות האָבן געענטפֿערט.
9האָט ער געזאָגט אױך צו די מענטשן פֿון פּנואל ,אַזױ צו זאָגן :אַז
איך װעל זיך אומקערן בשלום ,װעל איך צעברעכן דעם דאָזיקן
טורעם.
10און זבֿח און צלמונע ז ַײנען געװען אין קרקור ,און זײער חיל מיט
זײ ,אַרום פֿופֿצן טױזנט ,אַלע װאָס ז ַײנען געבליבן פֿון דעם גאַנצן
חיל פֿון די קינדער פֿון מזרח; און די געפֿאַלענע ז ַײנען געװען
הונדערט און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס האָבן געצױגן אַ שװערד.
11און גדעון איז אַרױפֿגעגאַנגען דורך די װױנער אין געצעלטן ,אין
מזרח פֿון נובֿח און יגבהה ,און האָט געשלאָגן דעם חיל ,בעת דער
חיל האָט זיך געשפּירט זיכער 12 .אָבער זבֿח און צלמונע ז ַײנען
אַנטלאָפֿן ,און ער האָט זײ נאָכגעיאָגט; און ער האָט געכאַפּט די צװײ
מלכים פֿון מדין ,זבֿחן און צלמונען ,און דעם גאַנצן חיל האָט ער
צעשראָקן.
13און גדעון דער זון פֿון יואשן האָט זיך אומגעקערט פֿון דער
מלחמה ,פֿון דעם אַרױפֿגאַנג פֿון ֶחרס 14 .און ער האָט אָנגעכאַפּט אַ
יונגן מאַן פֿון די מענטשן פֿון סוכּות ,און האָט אים אױספֿגעפֿרעגט;
און ער האָט אים אױפֿגעשריבן די האַרן פֿון סוכּות ,און אירע
עלטסטע ,זיבן און זיבעציק מאַן 15 .און ער איז געקומען צו די
מענטשן פֿון סוכּות ,און האָט געזאָגט :אָט ז ַײנען זבֿח און צלמונע,
װאָס איר האָט געשפּעט פֿון מיר ,אַזױ צו זאָגן :איז די האַנט פֿון
זבֿחן און צלמונען אַצונד אין ד ַײן פֿױסט ,אַז מיר זאָלן געבן ד ַײנע
פֿאַרשמאַכטע מענטשן ברױט?
16און ער האָט גענומען די עלטסטע פֿון שטאָט ,און דערנער פֿון
מדבר און שטעכיקע ריטער ,און האָט אָנגעלערנט מיט זײ די
מענטשן פֿון סוכּות 17 .און דעם טורעם פֿון פּנואל האָט ער
צעבראָכן ,און האָט געהרגעט די מענטשן פֿון שטאָט.