Page 20 - Shoftim
P. 20
שופֿטים
האָבן זיך אומגעקערט פֿון פֿאָלק צװײ און צװאַנציק טױזנט ,און צען
טױזנט ז ַײנען געבליבן.
4האָט גאָט געזאָגט צו גדעונען :דאָס פֿאָלק איז נאָך אַלץ צו פֿיל,
מאַך זײ נידערן צום װאַסער ,און איך װעל זײ דאָרטן אױסקל ַײבן
פֿאַר דיר .און עס װעט ז ַײן ,דער װאָס איך װעל דיר זאָגן :דער
דאָזיקער זאָל גײן מיט דיר ,ער זאָל גײן מיט דיר; און איטלעכער
װאָס איך װעל דיר זאָגן :דער דאָזיקער זאָל ניט גײן מיט דיר ,ער זאָל
ניט גײן.
5האָט ער געמאַכט נידערן דאָס פֿאָלק צום װאַסער; און גאָט האָט
געזאָגט צו גדעונען :איטלעכער װאָס װעט לעקן פֿונעם װאַסער מיט
ז ַײן צונג ,אַזױ װי עס לעקט אַ הונט ,אים זאָלסטו שטעלן באַזונדער,
דעסט גל ַײכן איטלעכן װאָס װעט זיך אַראָפּלאָזן אױֿף ז ַײנע קני צו
טרינקען.
6איז געװען די צאָל פֿון די װאָס האָבן געלעקט פֿון זײער האַנט אין
זײער מױל דר ַײ הונדערט מאַן ,און דאָס גאַנצע איבעריקע פֿאָלק
האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אױֿף זײערע קני צו טרינקען װאַסער 7 .און
גאָט האָט געזאָגט צו גדעונען :מיט די דר ַײ הונדערט מאַן װאָס האָבן
געלעקט ,װעל איך א ַײך העלפֿן ,און װעל געבן מדין אין ד ַײן האַנט;
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל גײן איטלעכער אין ז ַײן הײם.
8האָבן זײ איבערגענומען די צערונג פֿון פֿאָלק אין זײער האַנט ,און
זײערע שופֿרות; און אַלע מענער פֿון ישׂראל האָט ער אַװעקגעשיקט
איטלעכן צו ז ַײנע געצעלטן ,נאָר די דר ַײ הונדערט מאַן האָט ער
אָנגעהאַלטן .און דער לאַגער פֿון מדין איז געװען אונטער אים אין
טאָל 9 .און עס איז געװען אין יענער נאַכט ,האָט גאָט צו אים
געזאָגט :שטײ אױֿף ,נידער אַראָפּ אין לאַגער ,װאָרום איך האָב אים
געגעבן אין ד ַײן האַנט 10 .און אױב דו האָסט מורא אַראָפּצונידערן,
נידער אַראָפּ דו מיט ד ַײן יונג פּורה צום לאַגער 11 .און װעסט הערן
װאָס זײ רעדן; װעלן דערנאָך שטאַרק װערן ד ַײנע הענט ,און װעסט
אַראָפּגענידערן אין לאַגער.
האָט ער אַראָפּגענידערט ,ער און ז ַײן יונג פּורה ,צום עק פֿון די
באַװאָפֿנטע װאָס אין לאַגער 12 .און מדין און עמלק און אַלע
קינדער פֿון מזרח ז ַײנען געלעגן אין טאָל ,אַזױ װי דער הײשעריק אין