Page 18 - Shoftim
P. 18
שופֿטים
25און עס איז געװען אין יענער נאַכט ,האָט גאָט צו אים געזאָגט:
נעם ד ַײן פֿאָטערס יונגן אָקס ,און דעם צװײטן אָקס פֿון זיבן יאָר,
און זאָלסט צעשטערן ד ַײן פֿאָטערס מזבח פֿון ַב ַעל ,און דעם
געצנבױם װאָס לעבן אים זאָלסטו אָפּהאַקן 26 .און זאָלסט בױען אַ
מזבח צו יהוה ד ַײן גאָט אױפֿן שפּיץ פֿון דער דאָזיקער באַרגפֿעסטונג,
אױֿף דעם צוגעריכטן אָרט ,און זאָלסט נעמען דעם צװײטן אָקס ,און
אױפֿברענגען פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער מיטן האָלץ פֿון דעם געצנבױם
װאָס דו װעסט אָפּהאַקן.
27האָט גדעון גענומען צען מאַן פֿון ז ַײנע קנעכט ,און האָט געטאָן
אַזױ װי גאָט האָט צו אים גערעדט; און עס איז געװען ,אַזױ װי ער
האָט מורא געהאַט פֿאַר ז ַײן פֿאָטערס הױזגעזינט און פֿאַר די
מענטשן פֿון שטאָט ,דאָס צו טאָן ב ַײ טאָג ,האָט ער דאָס געטאָן ב ַײ
נאַכט.
28און די מענטשן פֿון שטאָט האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי,
ערשט דער מזבח פֿון ַב ַעל איז צעבראָכן ,און דער געצנבױם װאָס
לעבן אים איז אָפּגעהאַקט ,און דער צװײטער אָקס איז
אױפֿגעבראַכט געװאָרן אױֿף דעם אױפֿגעבױטן מזבח 29 .האָבן זײ
געזאָגט אײנער צום אַנדערן :װער האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך? און
אַז זײ האָבן געפֿאָרשט און געזוכט ,האָט מען געזאָגט :גדעון דער זון
פֿון יואשן האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך 30 .האָבן די מענטשן פֿון
שטאָט געזאָגט צו יואשן :ברענג אַרױס ד ַײן זון ,און ער זאָל
שטאַרבן ,װ ַײל ער האָט צעבראָכן דעם מזבח פֿון ַב ַעל ,און װ ַײל ער
האָט אָפּגעהאַקט דעם געצנבױם װאָס לעבן אים.
31האָט יואש געזאָגט צו אַלע װאָס ז ַײנען געשטאַנען אַרום אים:
װילט איר זיך קריגן פֿאַר ַב ַעל? אָדער װילט איר אים העלפֿן? װער
עס װעט זיך קריגן פֿאַר אים ,װעט געטײט װערן ביז אין דער פֿרי.
אױב ער איז אַ גאָט ,זאָל ער אַלײן זיך קריגן פֿאַר זיך,װאָס מע האָט
צעבראָכן ז ַײן מזבח 32 .און מע האָט אים גערופֿן אין יענעם טאָג
ירובעל ,אַזױ צו זאָגן :זאָל ַב ַעל זיך קריגן מיט אים ,װאָס ער האָט
צעבראָכן ז ַײן מזבח.
33און גאַנץ מדין און עמלק און די קינדער פֿון מזרח האָבן זיך
א ַײנגעזאַמלט אין אײנעם ,און ז ַײנען אַריבערגעקומען און האָבן