Page 16 - Shoftim
P. 16
שופֿטים
צו זײ און צו זײערע קעמלען איז ניט געװען קײן צאָל ,און זײ ז ַײנען
געקומען אין לאַנד כּדי עס צו פֿאַרװיסטן 6 .און ישׂראל איז זײער
פֿאַראָרימט געװאָרן פֿון װעגן מדין; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן
געשריען צו גאָט.
7און עס איז געװען ,אַז די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו
גאָט פֿון װעגן מדין 8 ,האָט גאָט געשיקט אַ מאַן אַ נבֿיא צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,און ער האָט זײ געזאָגט :אַזױ האָט געזאָגט יהוה
דער גאָט פֿון ישׂראל :איך האָב א ַײך אױפֿגעבראַכט פֿון מצרים ,און
האָב א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; 9און איך
האָב א ַײך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מצרים ,און פֿון דער האַנט
פֿון אַלע א ַײערע דריקער ,און איך האָב זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר א ַײך,
און האָב א ַײך געגעבן זײער לאַנד 10 .און איך האָב צו א ַײך געזאָגט:
איך בין יהוה א ַײער גאָט; איר זאָלט ניט פֿאָרכטן די געטער פֿון די
אמורים װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; אָבער איר האָט ניט
צוגעהערט צו מ ַײן ָקול.
11און אַ מלאך פֿון גאָט איז געקומען ,און האָט זיך געזעצט אונטער
דעם א ַײכנבױם װאָס אין עפֿרה ,װאָס האָט געהערט צו יואש דעם
אבֿיעזרער; און ז ַײן זון גדעון האָט געקלאַפּט װײץ אין קעלטער ,כּדי
אױסצובאַהאַלטן פֿון מדין 12 .האָט דער מלאך פֿון גאָט זיך באַװיזן
צו אים ,און האָט צו אים געזאָגט :גאָט מיט דיר ,העלדישער גיבור!
13האָט גדעון צו אים געזאָגט :איך בעט דיך ,מ ַײן האַר ,אױב גאָט
איז מיט אונדז ,טאָ פֿאַר װאָס האָט דאָס אַלץ אונדז געטראָפֿן? און
װוּ ז ַײנען אַלע ז ַײנע װוּנדער ,װאָס אונדזערע עלטערן האָבן אונדז
דערצײלט ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַר װאָר ,גאָט האָט אונדז אױפֿגעבראַכט
פֿון מצרים? און אַצונד האָט אונדז גאָט פֿאַרלאָזן ,און האָט אונדז
געגעבן אין דער האַנט פֿון מדין.
14האָט גאָט זיך געקערט צו אים ,און האָט געזאָגט :גײ מיט ד ַײן
דאָזיקן כּוח ,און זאָלסט העלפֿן ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון מדין; פֿאַר
װאָר ,איך האָב דיך געשיקט.
15האָט ער צו אים געזאָגט :איך בעט דיך ,גאָט! מיט װאָס זאָל איך
העלפֿן ישׂראל? זע ,מ ַײן משפּחה איז די אָרימסטע אין מנשה ,און
איך בין דער מינדסטער אין מ ַײן פֿאָטערס הױז.