Page 15 - Shoftim
P. 15
שופֿטים
27צו אירע פֿיס האָט ער זיך אַראָפּגעלאָזט,
געפֿאַלן ,געלעגן;
צו אירע פֿיס זיך אַראָפּגעלאָזט ,געפֿאַלן;
װוּ זיך אַראָפּגעלאָזט ,דאָרט דערהרגעט געפֿאַלן.
28דורכן פֿענצטער האָט געקוקט און געיאָמערט,
דורך דער פֿאָרטקע ,די מוטער פֿון סיסראן:
װאָס זאַמט זיך ז ַײן ר ַײטװאָגן צו קומען?
װאָס שפּעטיקן זיך די טריט פֿון ז ַײנע געשפּאַנען?
29די קלוגע פֿון אירע שׂררותטעס ענטפֿערן,
יאָ ,זי אַלײן גיט אַן ענטפֿער צו זיך:
30פֿאַר װאָר ,זײ געפֿינען ,זײ טײלן דעם רױב,
אַ מײדל ,צװײ מײדלעך פֿאַר איטלעכן מאַן;
רױב פֿון פֿאַרבן פֿאַר סיסראן,
רױב פֿון פֿאַרבן געשטיקטע,
פֿאַרבשטיקער ַײען פֿאַרן רױבנעמערס האַלדז.
31אַזױ זאָלן אונטערגײן אַלע פֿ ַײנט ד ַײנע ,גאָט!
און ז ַײנע ליבהאָבער זאָלן ז ַײן
װי דער אױפֿגאַנג פֿון דער זון אין איר שטאַרקײט.
און דאָס לאַנד איז געװען רוִיק פֿערציק יאָר.
1און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין
די אױגן פֿון גאָט ,און גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿוןו
ִמדָין זיבן יאָר 2 .און די האַנט פֿון ִמדָין איז געװען שטאַרק אױֿף
ישׂראל .פֿון װעגן ִמדָין האָבן די קינדער פֿון ישׂראל זיך געמאַכט די
גריבער װאָס אין די בערג ,און די הײלן ,און די פֿעסטונגען 3 .און עס
איז געװען ,אַז ישׂראל האָט געזײט ,אַזױ פֿלעגט אַרױפֿגײן ִמדָין ,און
עמלק ,און די קינדער פֿון מזרח; און זײ פֿלעגן אַרױפֿקומען אױֿף זײ,
4און האָבן געלעגערט אױֿף זײ ,און פֿאַרװיסט די תּבֿואה פֿון לאַנד
ביז דוּ קומסט קײן ַעזה ,און זײ פֿלעגן ניט איבערלאָזן קײן
דערנערונג אין ישׂראל ,צו מאָל אַ שעפּס ,אָדער אַן אָקס ,אָדער אַן
אײזל 5 .װאָרום זײ און זײערע פֿי פֿלעגן אַרױפֿגײן ,מיט זײערע
געצעלטן ,און פֿלעגן קומען אַזױ װי דער הײשעריק אין פֿילקײט ,און