Page 12 - Shoftim
P. 12
שופֿטים
1האָט געזונגען דבֿורה און ברק דער זון פֿון אבֿינועמען אין
יענעם טאָג ,אַזױ צו זאָגן:ה
2אַז מע לאָזט די האָר װילד אין ישׂראל,
אַז דאָס פֿאָלק באָט פֿר ַײװיליק אָן,
טוט לױבען גאָט!
3הערט איר מ ָלכים ,פֿאַרנעמט איר פֿירשטן,
איך ,צו יהוה װעל איך זינגען,
איך װעל שפּילן צו יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.
4גאָט ,אַז דו ביסט פֿון ֵשׂעיר אַרױס,
אַז דו האָסט פֿון ֶאדומס פֿעלד געשפּר ַײזט,
האָט די ערד געציטערט,
אױך די הימלען האָבן געטריפֿט,
יאָ ,װאָלקנס האָבן װאַסער געטריפֿט.
5בערג ז ַײנען צערונען פֿאַר יהוה,
דער דאָזיקער סיני –
פֿאַר יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל.
6אין די טעג פֿון שמגר דעם זון פֿון ַענת,
אין די טעג פֿון יעל ,האָבן שליאַכן אױפֿגעהערט,
און װעגגײער פֿלעגן אױֿף קרומע שטעגן גײן.
7אױפֿגעהערט האָבן פֿירער אין ישׂראל ,אױפֿגעהערט,
ביז דו ,דבֿורה ,ביסט אױפֿגעשטאַנען,
אױפֿגעשטאַנען אַ מוטער אין ישׂראל.
8נ ַײע געטער האָט מען אױסדערװײלט,
דרום איז מלחמה געװען אין די טױערן;
אױב אַ שילד און אַ שפּיז איז אָנצוזען געװען
אין פֿערציק טױזנט אין ישׂראל!
9מ ַײן האַרץ צו די הערשער פֿון ישׂראל,
די פֿר ַײװיליקע צװישן דעם פֿאָלק;
טוט לױבן גאָט!
10איר װאָס ר ַײט אױֿף אײזעלינס װ ַײסע,
איר װאָס זיצט אױֿף דעקעס,