Page 9 - Shoftim
P. 9
שופֿטים
אױבערשטוב ז ַײנען פֿאַרשלאָסן ,און זײ האָבן געזאָגט :מסתּמא איז
ער אױֿף ז ַײן באַדערפֿעניש אין דער קילקאַמער 25 .אָבער אַז זײ
האָבן זיך צו שאַנד געװאַרט ,ערשט ער עפֿענט ניט די טירן פֿון דער
אױבערשטוב ,האָבן זײ גענומען דעם שליסל ,און האָבן געעפֿנט;
ערשט זײער האַר ליגט טױט אױֿף דער ערד 26 .און אהוד איז
אַנטרונען געװאָרן בעת זײ האָבן געזאַמט ,און ער איז אַריבער די
שטײנהאַקער ַײען ,און איז אַנטרונען קײן שׂעירה 27 .און עס איז
געװען ,װי ער איז אָנגעקומען ,אַזױ האָט ער געבלאָזן אין שופֿר אין
דעם געבערג פֿון אפֿרים ,און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן
אַראָפּגענידערט מיט אים פֿון דעם געבערג ,און ער זײ פֿאַרױס28 .
און ער האָט צו זײ געזאָגט :יאָגט נאָך הינטער מיר ,װאָרום גאָט
האָט געגעבן א ַײערע פֿ ַײנט ,מואבֿ ,אין א ַײערע האַנט .און זײ האָבן
אַראָפּגענידערט נאָך אים ,און האָבן פֿאַרכאַפּט די איבערפֿאָרן פֿון
ירדן פֿאַר מואבֿ ,און קײנעם ניט געלאָזט אַריבערגײן 29 .און זײ
האָבן געשלאָגן פֿון מואבֿ אין יענער צ ַײט אַרום צען טױזנט מאַן ,װוּ
נאָר אַ ל ַײביקער ,און װוּ נאָר אַ העלדישער מאַן; און קײנער איז ניט
אַנטרונען געװאָרן 30 .און מואבֿ איז געװאָרן אונטערטעניק אין
יענעם טאָג אונטער דער האַנט פֿון ישׂראל; און דאָס לאַנד איז
געװען רו ִיק אַכציק יאָר.
31און נאָך אים איז געװען שמגר דער זון פֿון ַעָנתן ,װאָס האָט
געשלאָגן פֿון די פּ ִלשתּים זעקס הונדערט מאַן מיט אַן אָקסנשטעקן.
און ער אױך האָט געהאָלפֿן ישׂראל.
1און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן װידער געטאָן װאָס איז
שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,װען אהוד איז געשטאָרבן 2 .אוןד
גאָט האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון יבֿין דעם מלך
פֿון כַּנען ,װאָס האָט געקיניגט אין ָחצור; און דער פֿירער פֿון ז ַײן חיל
איז געװען סיסרא ,װאָס איז געזעסן אין חרושת-גוים 3 .און די
קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו גאָט; װאָרום נ ַײן הונדערט
א ַײזערנע ר ַײטװעגן האָט ער געהאַט ,און ער האָט שטאַרק געדריקט
די קינדער פֿון ישׂראל צװאַנציק יאָר.